ער איז געווען א לעגאנדערן גבאי וואס האט זייער ערליך באדינעט די רבי'ס
ער האט נאך באדינעט דעם אמרי אמת אין בית ישראל לב שמחה אין דעם פני מנחם זי"ע
שנשמע ונתבשר טבות
_________________
תוקן על ידי צודערזאך ב- 27/12/2007 2:58:36
לאז די שיטה אין א זייט, די פאקט איז אז ער האט געוואוינט אין סקווירא, פרעג דיך נאך ביי די אידען וואס האבען שוין דעמאלטס געלעבט, און די מעשה שטימט נישט.
_________________
תוקן על ידי צודערזאך ב- 27/12/2007 3:12:09
_________________
איך מיין אז דאס איז איינע פון די לעגענדעס וועלכע זענען פאראן אויף אונזער רבי'ן זי"ע.
אזוי ווי למשל די מעשה אז דער רבי האט געזאגט אז ס'איז ענדערש זיך צו בוקן צו די עבודה זרה ווי צו רעדן א ווארט עברית.
היעלה על הדעת, אז רעדן עברית איז ערגער ווי איינס פון די דריי הארבסטע עבירות? נאר ווי ס'איז שוין פעסטגעשטעלט געווארן האט דער רבי דאס קיינמאל נישט געזאגט. ער האט געזאגט אז לערנען עברית איז ערגער ווי זיך בוקן צו די עבודה זרה, און דאס איז שוין זייער מסתבר, לויט דעם רבי'נס שיטה אז נעמען געלט פון די ציונים און לערנען זייערע טריפה'נע לימודים, טוט שאפן א שרעקליכן רוחניות'דיגן חורבן.