היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אידישע נשמות, געוואלד! מיין הארץ גייט אויס פאר זיי

אידישע נשמות, געוואלד! מיין הארץ גייט אויס פאר זיי

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2335764

Ziskeit » 26/12/2007 03:11

אונזער תורה הקדושה זאגט אונז לא יומתו אבות על בנים ולא בנים על אבות. אונזער בארימהארציגער באשעפער באשטראפט נישט קיין קינדער פאר די זינד פון זייערע עלטערן, אבער ליידער ליידער זענען קינדער היינט צוטאגס געווארן א טוי, וועמען מען נוצט נקמה צו נעמען אין זייערע עלטערן.

לעניננו, ס'איז דא א איד אין וויען, וואס באגייט א נארישקייט, מיט'ן גיין קיין איראן, און זיך האלזן מיט אכמעדינידזשאד.

פון די אנדערע זייט זענען דא אידן וואס ווילן נקמה נעמען אין אים אבער זיי קענען נישט. וואס טוען זיי? זיי גיסן אויס זייער כעס אויף די קינדער זיינע. קוקט די קאלטבלוטיג-געשריבענע נייעס און די הארצרייסנדע בילדער פון קינדער, וועלכע ווערן געפייניגט צוליב די זינד פון זייערע עלטערן.

נייעס:
http://tinyurl.com/2kfyxn
בילדער:
http://tinyurl.com/2jf6pq

דאס זענען אומשולדיגע עופה'לעך, וואס האבן קיין מענטש נישט געטשעפעט, און קיינעם נישט וויי געטאן. זייערע וויי געשרייען שפאלטן הימלען, און ווער ווייסט וואס א געוויין פון אזא קינד קען פאראורזאכן?

איר ווילט נקמה נעמען אין דעם איד? נעמט אים אוועק זיין מעמבערשיפ, זיין חלקה אין ביה"ח, אבער לאזטס אפ זיינע קינדער. איר האט נישט קיין שום פאלעמיק מיט זיי. זיי האבן אייך נישט געטשעפעט, און זיי האבן אונז נישט געטשעפעט.

איך קוק ארויס אויף א טאג ווען קינדער וועלן מער נישט באשטראפט ווערן ווייל זייערע עלטערן האבן זיך פארטשעפעט מיט א קהלה, א מוסד אדער מיט גאנץ כלל ישראל, און אפילו נישט פאר אזא קלייניגקייט אז זייערע עלטערן האבן נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן שכר לימוד.

איי העוו עי דריעם!

געגאנגען » 26/12/2007 03:21

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער ביזט נישט גערעכט.

עפ"י הלכה אין שו"ע איז אויסדריקליך איינס פון די שטראפן פאר אזא נידערטרעכטיגער פאררעטער ווי דער געמיינער יונגאטש "הוצאת בניו מבית הספר". חז"ל האבן נאך געהאט אזוינע געפילן צו קליינע קינדער און זייער חינוך, און מיט דעם האבן זיי דאס קלאר אויסגערעכנט אלס איינס פון די שטראפן פאר איינעם וואס מ'וויל ארויסווארפן פון א קהילה.

דאס איז שוין אויסער וואס דער איד (?) איז א מחלל שבת בפרהסיא, וואס האט גערעדט פאר טעלעוויזשאן אין בערלין אום סאמע שבת קודש, וואס לאזט זיך נישט שילדערן קיין גרעסערע חילול שבת ווי דאס.

איך שטיץ אויסדריקליך די דאזיגע שריט, איך בין נישט זיכער אויב ער האט א דין מסור אדער רודף, אבער ער איז קלאר א מורד אין כלל ישראל און אלע גדולים פון אלע שיכטן און קרייזן. אויב העלפט נישט קיין נידוי וחרם איז הוצאת בניו מבית הספר זיכער נעקסט אויף די ליסטע.

זאל ער זיי פרובירן צו שיקן אין די אידישע מיידל שולעס אין איראן, אכמאדינעזשאד וועט אים זיכער באצאלן טראנספארטאציע.

דוד46 » 26/12/2007 03:23

איך שטים מיט זיסקייט.

אמת דער טאטע איז א ר... און א טאטעלי קריפל, אבער די קינדער זענען נעבעך אומשולדיג.

גלייב מיר עס איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן קוקנדיג די שוידערליכע בילדער ווי די אומשולדיגע שעפעלעך שטייען און וויינען.

חייםחייקל » 26/12/2007 03:28

אזוי האט אויסגעקיקט אין קר"י ווען מען האט נישט אריין געלאזט אדער געפייניגט קינדער פין עלטערן וואס זענען נישט מיטגעשטאנען דעים רעזשים

געשמאק » 26/12/2007 04:32

געגאנגען, איך פארשטיי נישט וויאזוי א איד קען אזוי רעדן.

רוב מענטשן אין די סייט וואס זיסקייט ברענגט זאגן די זעלבע זאך ווי אים, אז מען טאר נישט טשעפענען די קינדער צוליב דעם טאטנ'ס חטאים. און דאס זענען גרויסע ציונים, און נישט קיין סאטמארע ווי דו.

_________________

דוד46 » 26/12/2007 04:36

אויך דעם שוטה זעלבסט טאר מען נישט מבזה זיין פאר זיינע טפשות.

מען דארף מגנה זיין זיינע מעשים!

געגאנגען » 26/12/2007 05:27

הרב געשמאק, אנדערש ווי רוב אנדערע שרייבער דא און דארט רעד איך נישט פון מיין געפיל, איך האב פשוט ציטירט וואס דער שו"ע שרייבט.

דאכט זיך מיר אז די 'גרויסע ציונים' האבן נישט דוקא דורכגעטראכט זייערע געדאנקען אויב ס'שטימט עפ"י הלכה. מיין געפיל זאגט מיר אז זיי האבן גענוצט זייער געפיל ביים פסק'נען, פונקט ווי זיי טוען זיכער ביי אנדערע יסודות'דיגע הלכות.

ממ"נ, אויב דער טאטע איז אזא צודרייטער אז ער האט נישט קיין ברעקל רחמנות אויף זיינע קינדער, דאן דארף איך דאך נישט מער רחמנות האבן אויף זיי ווי אים, ווידער אויב עס וועט העלפן דערגרייכן דעם ציל פון אויפהערן צו זען נאכאמאל און נאכאמאל די גרויליגע בילדער ווי ער און זיינע קינדער קושן זיך מיט דעם צורר היהודים אכמאדינעזשאד שר"י, דאן איז זיכער וויכטיג אז מען זאל נוצן דעם מיטל עס אפצושטעלן.

מטב שיחלל שבת אחת ואל יחלל שבתות הרבה.

תוקן על ידי געגאנגען ב- 26/12/2007 5:40:15

majyar718 » 26/12/2007 05:32

זיסקייט
איים סארי
יעדע קהלה ישיבה תלמוד תורה און מיידל סקול האט תקנות.
ווען מ'ווארפט ארויס קינדער צוליב נישט איינהאלטען תקנות איז א פארשטענדליכע זאך.
שטעל דיך פאר אז מארגען גייט גימפל גרונם קויפען א טעלעוויזישאן אינדערהיים טאר מען נישט ארויסשטעלן זיינע קינדער???

אויף דעם מטורף פרידמאן איז דער זעלבע זאך ער פייפט אהן די צענדליגע בקשות פון די הנהלה פונעם מוסד מיט אלע רבני העיר אז ער זאל נישט מאכען קיין חילול השם און התגרות באומות.
דעריבער ליידט ער מיט זיינע אומשולדיגע קינדער די קאנסווענצען.
די בילדער וואס די זעסט איז "פאליטישע געצילטע פיקטשערס" וואס דער מטורף וויל נוצען זיך צו מאכן פאר א רחמנות...

איך וועל דיר ברענגן טויזענטער אנדערע פיקטשערס פון קליינע וויינעדיגע קינדערלעך אנכאפעדיג זייער מאמע גייענדיג צום לעצטן וועג צום קרעמעטאריום!!!
אדער ווילסטו קען איך דיר ווייזן צענדליגע בילדער פון אומשולדיגע קינדער וואס זענען אויסגעפייניגט און אויסגעצאפט פון עקספירימענטס פונעם מלאך המות מענגעלע ימש"ו!!!
אדער גאר קען איך דיר ווייזן פיקטשערס ווי קליינע עלענדע קינדערלעך זיצן נעבעך אויסגעהונגערט אויפן גאס אין די געטא'ס!!!

דער ממזר פרידמאן איז זיך מתחבר בחיבוק ונישוק מיט די אלע רשעים היינט וואס לייקענען די אלע אידישע צרות און די הריגות ומיתות משונות פון די מיליאנען קדושים און ער באטייליגט זיך נאך און נעמט א חלק אין זייערע הבה נתחכמה לו קאנפרענצען און גיבט זיי פראפעגאנדע!

חלק כחלק יאכלו!
יא! ער מיט אלע זיינע "אומשולדיגע" קינדער זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל!

געשמאק » 26/12/2007 06:02

די בילדער רייסן ביים הארץ. ווער עס רעדט אנדערש האט א הארץ פון אן אכזר.

און מאדזשיאר, מסתמא האסט עס נישט געמיינט ערנסט, ווען דו האסט צוגעגליכן די קינדער צו די קינדער וואס זענען געפירט געווארן קיין אוישוויץ, ווייל אויב יא רייסט עס נאך סאך מער ביים הארצן.

אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז פאר די קינדער אין אוישוויץ איז זיך עס אויך געקומען, פונקט ווי פאר פרידמאנ'ס קינדער?

ווער ס'האלט אז פאר די קינדער קומט אזא גורל, וואונטש איך אים עס אויף זיינע אייגענע קינדער!

א טאטע וואס נעמט אריין טעלעוויזשען אין שטוב, זאגט די הנהלה פאר'ן טאטן, נעם דיינע קינדער און לייג זיי אריין אין א מוסד וואו מען נעמט אן אזעלכע קינדער וואס זייערע עלטערן וואטשן טעלעוויזשען.

אדער האט דער טאטע חרטה, אדער שיקט ער טאקע די קינדער צו אן אנדערן מוסד.

אין דעם יעצטיגן פאל האנדלט זיך עס פון א מענטש וואס וועט זיך נישט ברעכן, אפילו אויב זיינע קינדער וועלן פארברענט ווערן. ער וויל זיי נעמען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זיך.
עס האנדלט זיך פון קינדער וואס זענען מוחרם ומנודה געווארן, פון יעדן בית חינוך אין שטאט.

אדרבא, זאגטס מיר אלע וואס טוט מען מיט א משפחה וואו די טאטע מאמע כאפן א נערוון צוזאמענבראך. מען נעמט צו די קינדער און מען גיט זיי דעם בעסטן חינוך וואס נאר שייך. וואס איז דא אנדערש פון אזא פאל?

בסך הכל וועט דער טאטע דא ווארטן ביז ווילאנג זיינע קינדער ווערן משוגע פאר צרות, און דערנאך וועט ער נאך האבן א תירוץ צו טאן וואס ער טוט.

_________________

Ziskeit » 26/12/2007 06:10

איך פרעג אן אנדערע שאלה פון דעם קאלטבלוטיגן אונגארישן נאר:

וואס וואלסטו געטאן ווען דיין טאטע וואלט געהייסן משה ארי' פרידמאן, און געטאן עפעס וואס וואלט אויפגעשוידערט דאס יהדות החרדית, און לכבוד דעם וואלט מען דיך דן געווען צום טויט, ווי די גמרא זאגט, או חברותא או מיתותא.

וואלסטו אויך פארשטאנען אז ס'קומט זיך דיר, ווייל דיין טאטע האט ארויסגענומען פון די כלים אזויפיל אידן?!!!


תוקן על ידי ziskeit ב- 26/12/2007 6:14:07

majyar718 » 26/12/2007 06:24

אלע עלטערן פון די מוסד ווילן נישט זייערע קינדער צו האבן א שייכות צו די פאמיליע
טו בעד! זיי דארפן זיכען א אנדערן מוסד אדער זיך אריבערציען צו אן אנדערען מקום,
אפשר טעהראן...

אז דיין הארץ רייסט נעבעך אזוי אפשר נעמסטו זיי אריין צו דיר אין שטוב?...
אפשר לייגסטו זיי צוזאמען מיט דיינע קינדער אין סקול...טו עפעס ממשות,

טא צו באדערט דיך אויך אזוי שטארק די בחורים וואס מ'שליידערט ארויס פון ישיבות אויפן גאס ווי אויף הפקר און די עלטערן בלוטיגען נעבעך צו טרעפן א ישיבה פאר די קינדער,
הא? ווי איז דיין ווייעך הארץ???

majyar718 » 26/12/2007 06:32

זיסקייט!
אונז האב מיר דא א מענטשליכע דיסקאשען און ארגומענט.
אז די ווילסט מיך אטאקירן און מיך אנרופען מיט אומאיידעלע לשונות (כנוסח הליבעראלן...)
דעמאלס איז אונזער דיסקאשען אווער.

ביבער » 26/12/2007 06:37

מעזשער ביסט הארץ לאז

majyar718 » 26/12/2007 06:44

זאג נאר אפשר ביי דיר איז די תורה אויך הארץ לאז ווען מען האט דיר געדארפט שניידען ביי די אכט טאג?

majyar718 » 26/12/2007 06:46

די תורה זאגט אז מען זאל ארויסווארפן זיינע קינדער פון בית הספר!
אהן רחמנות!
אהן הארץ!

ביבער » 26/12/2007 06:59

מעזשער פאר דעם דארף מען די תורה צי הייסען מאכן א ברית
קען נישט קימען יעדער בר ביה רב דחד יומה אין הייסען טיען אזעלכע זאכן
מעזשער די האלטס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואלט געהייסין ארויס ווארפען די קינדער ?

elmonsey » 26/12/2007 07:22

עס רייסט טאקע ביים הארץ אבער אבער איך האלט אז זיי גיט געטוהן אז מ'האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער ואכמ"ל איך האלט ער זאל זיי שיקען אין א מוסלומענער סקול.

_________________

Stop Hillary Express

לעבעדיגער » 26/12/2007 16:56

ס'האט מיר אויך זייער באנימען  ווען איך האב געזעהן די בילדער ווי די קינדער פון משה ארי' פרעידמאן שטיייען אינדרויסן פון זייער סקול און דער גארד לאזט זיי נישט אריין, יא, ס'איז א אומאנגנעים בילד, אבער ווי איך פארשטיי, אויב וואלט ווען איינע פון די שרייבער'ס דא געהאט א מוסד ווי פריעדמאן'ס קינדער וואלטן געלערנט וואלט ער געטוען דאס זעלביגע,

ער רעגט אויף אלע אידן, אלע מייניך אלע, פרומע ווי נישט פרומע, די אלע וואס האבן דארט קינדער ווילן נישט אז זייערער קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט די פריעדמאן-קינדער, ער איז א שעדליכער מענטש, ער האט שוין פאר'מסר'ט די קהלה דארט אין וויען, און עס פעלט זיי נישט אויס אז ער זאל זיך דרייען ביי זיי, ווי יעדער פארשטייט, והעולה על כלנה, יעצט איז ער געווען אין איראן פאר צוויי חדשים צוזאמען מיט זיינע קינדער, עס איז געווען דא לעצטענס א ווידיאו וואס איינער האט געלייגט ווי ער קישט זיך אום שבת דארט מיט אכמענידאנידזשאד, ער, און עקסטער יעדע פון זיינע קינדער, פרעג איך אייך, ווער פון ענק וואלט ווען געוואלט אז זיינע קידער זאלן לערנען צוזאמען אין חדר מיט אזעלעכע קינדער, דער מוסד שטייט אויס פון דריק פון "אלע" אירע עלטערן אז די קינדער זאלן נישט דארט לערנען, און ווען איר זענט ווען פון איינע פון די עלטערן וואלט איר פארלאנגט דאס זעלביגע,

איך האב שטארק רחמנות אויף די קינדער, אבער זייער טאטע האט דאס געטוען מיט די אייגענע האנט, עס איז די אחריות פון די מוסד צו טוען די פאלגענדע שריט, אויב ווילן זיי ווייטער אנהאלטן,

כנלענ"ד.

געשמאק » 26/12/2007 17:41

ביי איין רעפובליקאנער דיבעיט האט קאנגרעסמאן טענקרעידא - וואס האט אנגעפאנגען דעם גאנצן אימיגרעישאן שטורעם אין לאנד - חוזק געמאכט פון זשוליאני און ראמני, וואס האבן געריסן שטיקער איינער פונעם אנדערן אן רחמנות, און באשולדיגט איינער דעם אנדערן אין זיין פרא-איליגעל-אימיגרעישן. דאס איז געווען אזוי ווי א פייט צווישן צוויי זאלונים ווער ס'איז א גרעסערער אהרוני... עכ"פ טענקרעידא האט זיך אנגערופן צו זיי אז ווי ס'קוקט אויס ווילן זיי אוט-טענקרעידאן דעם טענקרעידא.

איך זאג די זעלבע זאך צו די צוויי-דריי קליינע סאטמארע קעפ אין דעם אשכול. איר דארפט נישט אוט-ציוניזן די ציוניסטן.

די ציוניסטן האלטן אז ס'איז זייער ברוטאל דאס צו טאן מיט זיינע קינדער. די סאטמארע דא ווילן זיך ווייזן אז זיי זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט.

חברה טייערע, מר. פריעדמאן איז נישט קיין משומד, ער איז נישט קיין מסור. בסך הכל האט ער זיך געטראפן מיט איינעם וואס איז זיינס גלייכן, דעם גייסטיש-צורודערטן אכמעדינידזשאד, וואס חוץ זיין א דעמאגאג קען ער גארנישט טאן. (דער איראנער פרעזידענט האט נישט קיין שום פאוער. דער פאקטישער איראנער פירער איז דער אייאטאלא, וואס קאנטראלירט דאס מיליטער, און די נוקלעארע פראגראמען.) ס'איז געווען מצא מין את מינו, דעטס איט.

ס'איז דא גענוג משוגעים אויף די וועלט, וואס ווען זיי טוען א משוגענע זאך, ווייסט יעדער אז זיי האבן עס געטאן ווייל זיי זענען משוגע, און מען גיסט נישט אויס דאס כעס אויף די קינדער. דא איז גארנישט אנדערש.



תוקן על ידי געשמאק ב- 26/12/2007 17:42:06

קריתיואלער » 26/12/2007 17:56

די בילדער האבן מיר געברענגט טרערן אין די אויגן.

אזא רחמנות צו צוקוקן.

און מאדיאר, וואס באמבלסטו נאך ווי א שוטה הוצאת ספרים מבית הספר? דאס איז געזאגט געווארן אויף איינעם וואס בית דין האט אריינגעלייגט אין ח'. נאר דארט מעג מען ארויסווארפן זיינע קינדער פון חדר. דא רעדט זיך פון א מענטש וואס איז נישט געשטעלט געווארן פאר א בית דין, כדי דן צו זיין איבער זיין גורל, און ווער רעדט נאך איבער דעם גורל פון זיינע קינדער.



תוקן על ידי קריתיואלער ב- 26/12/2007 17:57:32

קריתיואלער » 26/12/2007 18:24

קוקטס וואס דער מהרש"ל זאגט איבער ארויסווארפן קינדער פון א תלמוד תורה, און דא רעדט מען פון קינדער וואס זייער טאטע איז שוין אריינגעלייגט געווארן אין ח' דורך א בית דין, מיט שווארצע ליכט, און נישט איינער וואס איז געפארן צו אכמעדינידזשאד.

והנה מהרש"ל ביש"ש פ' יו"ד דב"ק סי' יו"ד השיג על תשובת רב פלטוי גאון שיש לגזור על אשת המוחרם שלא לילך לבה"כ ולגרש בניו מבית הספר וכ' חלילה במה שכל העולם אינו מתקיים אלא בהבל תינוקת של בית רבן וכו' גם מ"ש להוציא אשתו מב"ה אם הוא חטא היא מה חטא וכו' ומסיים בסוף וז"ל אבל לעשות נזיפה לאשתו אם לא יצא עלי' שום בישא ולא שום סרבנות פשיטא ופשיטא דלא עבדינן לה מידי וכן להוציא בניו מן המדרש או מן הישיבה חלילה וחלילה וכן פ"א בא מעשה לידי שכ' לי חכם וזקן בדורו בעל הוראה שאוציא בני המוחרם מהישיבה ולא השגחתי בו כל עיקר עד כאן לשונו מהרש"ל

תוקן על ידי קריתיואלער ב- 26/12/2007 18:34:10

לעבעדיגער » 26/12/2007 18:48

די עלטערן פון יענעם מוסד האבן א ווארט, ווען זיי פארלאנגען אז זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן גיין אינאיינעם מיט זיינע קינדער זענען זיי די בעלי בתים,

איך גלייב אז עס וואלט דיר נישט געשמעקט אז זיינע קינדער לערנען מיט דיינע אין איין קלאס, וואלסט זיכער געזאגט אז ער זאל זיך גיין אין א צווייטער חדר, נישט ביי דיר, די זעלבע זאגן זיי,

shia550 » 26/12/2007 19:36

קרית יואלער גראדע האט אים א בית דין בראשות הרב קרייזווירטה אריינגעלייגט אין ח שוין מיט א פאר יאר צוריק.

אבער אויף די קינדער איז א שרעקליכער רחמנות נעבעך.

Ziskeit » 26/12/2007 20:04

שיע, די שאלה איז צי מען דארף קרעכצן און זיך צוקוקן גלייכגילטיג וויאזוי אפאר קינדער ווערן צוביסלעך גייסטיש אראפגעפירט פון זינען.

ווייל איך האלט אז דאס גייט געשען מיט די קינדער.

_________________

געדאנקען » 26/12/2007 20:28

דער עולה שרייעט עד לב השמים,

די וואס נעמען זיך אן פאר די עולה וואס עס איז געשען מיט ענק! האט עטס פארגעסן אונזערע ווארצלען אז אידן זענען רחמים בני רחמנים, אברהם אבינו האט געבעטן פאר די שטאט סדום וואס איז געווען פיל מיט רשעות, און דא רעדט מען פון אידישע קינדער.

קריתיואלער » 26/12/2007 20:37

מען האט אים קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין אן אפיציעלן ח', נאר מען האט געפסקנט אז מען טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין.

און אפילו ווען מען לייגט אריין אין ח', זאגט דער מהרש"ל אז חלילה וחלילה צו טשעפענען מיט די קינדער תינוקת של בית רבן.

_________________

epes_einer » 26/12/2007 21:39

פאר 3 יאר צוריק האט מען אים נישט געלאזט מאכן א ברית ביי ר' לייביש לייזער'ס ביהמ"ד שבת
דא איז א אויסשניט פון צייטונגען פון דעמאלטס 

 
ביטע איבערלייגן פאר JNET באניצער

epes_einer » 26/12/2007 21:43

אנטשילדיגט איך קען עס נישט לייגן אויב קען מיר איינער זאגן וויאזוי מען לייגט א פיקטשער

ארגינעלער » 26/12/2007 22:52

יאפ, ס'רייסט ביים הארץ צו זען זיינע קינדער וויינען.

מען דארף באיקאטירן דעם מוסד, ביז ווילאנג זיי נעמען צוריק אריין זיינע קינדער. מען טוט דאס נישט צו קינדער.

_________________

קאמענטאטאר » 27/12/2007 18:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

אפגעזען פון זייער עוולה, אבער ער אלס טאטע האט דאך זיכער א הארץ, נו וואס'זשע שיקט ער זיי יעדן טאג אין שולע צו שטיין ביים טיר און פארגיסן זייער בלוט, שוין בעסער ער זאל זיי האלטן אינדערהיים און אליינס מחנך זיין ווי אונזערע זיידעס פארן קריג (ער פארשטייט דאך מילא בעסער...) אדער גאר עפענען אייגענע מוסדות ווי אין אנדערע קהלות ( 'ת"ת ילדי טעהראן'...) ס'משמע אז צו ציען אויפמערקזאמקייט פונעם ציבור איז ער מפקיר זייער בלוט, אויב אזוי ברויך מען זיי סתם צונעמען פון אים און אריינלייגן צו א קרוב, אזוי צו אזוי איז קלאהר אז ער דיסטוירבט זיינע קינדער'ס פיוטשער אויף קיפס און מאן יימר ער איז בארעכטיגט, אפי' פאר'ן אמת !

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 27/12/2007 18:21:15

ארגינעלער » 27/12/2007 18:16

קאמענטאטאר, דו האסט גוט קאמענטירט.

מען דארף אוועקנעמען די קינדער פון אים, און זיי געבן אן ערליכן און נארמאלן חינוך, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין א צווייטן אשכול. זיי פייניגן ווייל זיי האבן אזא טאטן, איז אן עון בל יכופר, און די אלע אידן וואס האבן געהאט א שייכות דערמיט וועלן באצאלן א טייערן פרייז.

קאמענטאטאר » 27/12/2007 18:37

זאג נאר, דאס לעצטע פאראגראף דיינס באציהט זיך צו מיין 'גאנצע' תגובה ?...

_________________

ארגינעלער » 27/12/2007 18:58

ניין, איך באצי זיך נאר צו דעם וואס דו האסט געשריבן אז מען דארף אוועקנעמען די קינדער פון אים.

איך בין מודה צו דעם, און איך זאג אז דאס וואלט געווען די פאסיגסטע עצה. נאר די בהמות/רוצחים דארט אין וויען האלטן אז די קינדער זענען שותפים אין דעם טאטנ'ס פעולה, און זיי דארפן געפייניגט ווערן צום טויט. זיי טראכטן נישט אזוי ווי דיר אז ס'איז דא א בעסערע לעזונג, פון ארויסראטעווען די קינדער פונעם טאטן, אנשטאט זיי פארדאמען צו אזא שוידערליכן לעבן.

קאמענטאטאר » 27/12/2007 19:01

נו, כ'האב עפעס אנדערש געמיינט, אבער ס'שוין גוט אזוי.

_________________

13Hooper » 28/12/2007 02:57

זאל ער זיי געבען א פריוואטע חינוך אין דאס געלט וועט זיכער ווערען געדעקט ביי זיין ידיד אחמעדענאזאן

איין זאך וועט ער זיין זיכער אז עס וועט נישט קימען פין "מקורות זרים"

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 28/12/2007 5:28:02

_________________