איך הער אז לעצטנ'ס איז שטארקער געווארן דער פלאן אז רמ"מ טירנויער זאל אוועקגיין פון מאנטריאל.
לויט די שמועות איז ריח"מ פריעדמאן שוין ארויס מכלל שימוש, און די זאליס האלטן אז דאס איז די הויפט שולד פארוואס זייער 'ביד"צ' איז אזא חוזק. זיי פלאנירן ערנסט צו מאכן דארט שטארקע שינויים און אזוי פרובירן אויפצולעבן דעם סיין בי"ד.
זיי ווילן נישט נעמען קיינעם פון די היגע דיינים זייערע ווייל קיינער איז נישט גענוג פעסט צו קענען מאכן ערנסטע שינויים, און זיי רעדן דערפאר איבער ברענגען רמ"מ טירנויער פון מאנטריאל אלס 'ראב"ד'. זיי האלטן אז סיי וועמען זיי וועלן אויפנעמען וועט עס במילא מאכן א פייער צווישן די אנדערע 'חברי הבד"ץ[...]' און במילא לוינט זיי זיך שוין ענדערש צו ברענגען וועמען זיי האלטן פאר זייער שטארקסטן כח און אזוי פרובירן עס אויפצולעבן. ווי אויך האט רמ"מ צענדליגער תלמידים אין וויליאמסבורג וועלכע וועלן אים זוכן צו העלפן אין זיינע פארזוכן גרויס צו ווערן.
רמ"מ האט שוין לאנג באשלאסן אז ער האט נישט וואס צו זוכן מער אין מאנטריאל, און די נייע ישיבה (וואס האט ב"ה א שטארקע הצלחה) איז געווען די שטרוי וואס האט אים באוואויגן אז ער האט מער נישט קיין עתיד אין מאנטריאל און ער דארף פרובירן זיין מזל ערגעץ אנדערש.
אונטערן טיש קאכט זיך שוין זייער פעסט, פארשטייט זיך אז די איבריגע דיינים וויל יעדער די פאזיציע פאר זיך און האלטן נישט אויס אז מ'וועט ברענגען א פרעמדן - וואס וועט אויסרופן פאר די גאנצע וועלט אז זיי זענען סתם היץ קעפ וואס קענען גארנישט בויען - און זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס אפצוהאלטן.
זיי זענען אויפגעקומען מיט א [אלטן] פלאן צו שיקן רמ"מ טירנויער קיין קרית יואל צו ווערן דארט דער זאלי רב, זיי זאגן אז ער וועט קענען אויסטיילן געבראטענע צרות פאר די סאטמארער קהילה אין קרית יואל, און שליסליך און ענדליך קענען צאמנעמען די זאליס וואס זענען ממש צושמעטערט אין קרית יואל.
ונזכה ונחיה ונראה.