היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קרוב צו 2000 רעסיטס געשריבן ביי די "רעביצין'ס כולל פארטי" אי...

קרוב צו 2000 רעסיטס געשריבן ביי די "רעביצין'ס כולל פארטי" אי...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2334756

מנהלרוחני » 24/12/2007 16:09

קרוב צו 2000 רעסיטס געשריבן ביי די "רעביצין'ס כולל פארטי" אין וומסב"ג (מהר"א)

די נעכטיגע כולל פארטי אין וויליאמסבורג וואס די הויכגעשעצטע סאטאמארע רעביצין תליט"א האט געמאכט, אין שטוב פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר-וומסב"ג תליט"א, האט צוריק געברענגט די כולל פארטי צו איר אמאליגע היסטאריע, ווען "טויזענטער" (בלי שום גוזמא) וויליאמסבורגער נשים צדקניות
האבן זיך באטייליגט, און באלד 2000 רעסיטס זענען געשריבן געווארן, און האט אריינגעברענגט דעם פאנטאסטישן סכום פון העכער $140,000 אויפן פלאץ!!!

ביינאכט ווען די הנהלה האט פארענדיגט דאס ציילן און דער פונקטליכער נומבער איז ארויסגעקומען, האבן זיי ממש זיך געשאקלט צו זיי זענען אויף, אדער זיי שלאפן ... נישט גלייבענדיג וואס דא גייט פאר!!!


ו

מנהלרוחני » 24/12/2007 16:15


(אויף צו באשטעטיגן מיינע ווערטער......)

אויך האט זיך באטייליגט א דעלעגאציע פון די "פייער דיפארטמענט" וועלכע זענען אהנגעקומען ארום
8 אזייגער אין אווענט אויף עטליכע איינלאדענונגען פון אום-אנגעגעבענע ריפער........ אז אין דעם הויז ברענט...., אדער אז סאיז דא "קארביין מינאקסייד"..... און מקען נישט ארויס לויפן ......וכו' וכו' וכו'


תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 24/12/2007 16:19:37

דוד46 » 24/12/2007 18:05

מ נהלרוחני

ערשט שרייבסטו "טויזנטער" האבן זיך באטייליגט

דערנאך שריייבסטו אז "באלד 2000 רעסיטס זענען געשריבן געווארן".

האסט זיך פשוט פאררעכנט מיט א זערא: האסט געדארפט שרייבן 20000 רעסיטס...

מנהלרוחני » 24/12/2007 18:26


דוד'ל טייערער כוועל דיר מאכן דעם גאנצן חשבון פונקטליך!

מ'ווייסט קיינמאל נישט וויפיל מענטשן דרייען זיך דורך ביי א פארטי/מסיבה, נאר אז מ'האט געשריבן העכער 1900 רעסיט'ס ווייסט מען אז לכל הפחות העכער 2000 מענטשן האבן זיך באטייליגט,

פארשטאנען?


דוד46 » 24/12/2007 18:43

דאס מיינט נאכנישט קיין טויזנטער...

הגם איך האב מיך גערישט אז לויט ענקערע באגריפן וועלן לכל הפחות 10-12 טויזענט פרויען קומען...

בערל550 » 24/12/2007 18:50

דוד
גיי לייג דיך שלאפען
זעהסט נאך אויס אויסגעמיטשעט פון נעכטען

טאראראם » 24/12/2007 18:51


מיעוט רבים שנים, נישט אזוי?