היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » קויפט די המאור גמרא "שס לובלין",

קויפט די המאור גמרא "שס לובלין",

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2334384

aaatozzz » 23/12/2007 23:21

  _________________

 

 



תוקן על ידי aaatozzz ב- 23/12/2007 23:22:23

עפשטיין » 23/12/2007 23:24

ביסט אין עדווערטייזמענט?

נבוכדנאצר » 23/12/2007 23:26

ליידער בעוונותינו הרבים זענען סיי "מתיבתא" און סיי "ארטסקרול" פארכאפט געווארן מיט די נאאיווע משוגענע אזויגערופענע "שיטה" ווייל ביידע ברענגען דעם אגדה'שן ספר "ויואל משה" ביי די גמרא כתובות פון שלש שבועות א ספר וואס קיין שום בר דעת האט נישט אנערקענט אלס ספר חוץ עטליכע יונגע בחורים אדער אלטע באטשי'ס

מען קען זיי שוין ביידע נישט געטרויען אזא משוגעת!

לויפט און קויפט ש"ס המאור/לובלין די איינציגע מהדורה וואס ווערט נישט פארכאפט און פארנארט פון די קנאים און זייערע שטותים

תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 23/12/2007 23:28:38

aaatozzz » 24/12/2007 02:12

די גמרא המאור איז שארפער, קלוגער, קורצער, מער צו די זאך, אויך האט ער נישט זעקס בענדער אויף א מסכת ווי מתיבתא,

די מתיבתא האט ביז זעקסט בלעטער מפרש צו זיי איין בלאט, דער המאור על פי רוב איינץ פאר איינץ זעלטען האט ער צוויי, און ער ברענגט ארויס זייער גוט צו פארשטיין וואס מען לערענט, מיט פאסיגע עיונים,

_________________

bp11219 » 24/12/2007 02:32

נבוכדנצר טייערער!
איך בעט דיך לייען נאכאמאל איבער דיינע ווערטער ווי אזוי די האסט אפגעשפעט פון א צדיק הדור כאילו ס'איז א ווערק פאר קליינע בחורים!!!
הוי זהיר בגחלתן!
מעגליך אז די ביסט ערצויגען געווארען מיט א אנדערע שיטה, אבער דיע וואס האבען דיך ערצויגען האבען דיך דאס נישט אויסגעלערנט.
זיי נישט פויבסטליכער פונם פויבסט.
דו קענסט טוהן תשובה באותו מקום וכו' און שרייב אריין א מחילה בריוו ברבים, ויונעם לך בזה ובבא
מיט הארציגע געפילען און פולע דאנק

SIM89 » 24/12/2007 02:37

איך האב יעצט ביי מיר די לובלין ש"ס כתובות חלק ד. אין  מדור "ביאורי הדף" ברענגט מען אראפ פון 'ויואל משה' מאמר שלש שבועות אות טז-יז. אבער מ'ברענגט אויכעט די 'אבני נזר' יורה דעה סימן תנד וואס איז שטארק מחולק אויף דעם ויואל משה. אין מדור עין יעקב המבואר ברענגט מען אראפ נאר דעם אבני נזר אין נישט די ויואל משה.
תוקן על ידי - sim89 - 24/12/2007 2:41:06

_________________

shia550 » 24/12/2007 17:47

ויואל משה אהין אדער אהער, איך מוז מסכים זיין מיט באטשי אז לובלין איז די געשמאקסטע גמרא אויף הבנה.

פארשטייט זיך אז א מגיד שיעור וואס וויל ווארפען ידיעות קען מער קונה זיין ביי מתיבתא.