תוקן על ידי eliez ב- 21/12/2007 5:56:12
תוקן על ידי eliez ב- 21/12/2007 5:56:12
אנטשולדיגט פארן אריינמישן אין א באבובער פייט, איך באלאנג נישט דא, אבער אויף די פראגע, וואס עס איז פארגעקומען די וואך ביים בית דין, בין איך גראדע באקאנט מיטן ענטפער
זונטאג איז דער בית דין נישט געווען אין דינסט, זייענדיג אפגעשוואכט פון שבת, חולי מעים, וכו' וכו'
מיטוואך איז דער בית דין נישט געווען אין דינסט, צוליב דעם תענית עשרה בטבת
פרייטאג איז דער בית דין נישט אין דינסט, עס איז דאך ערב שבת
בלייבט נאר איבער מאנטאג, דינסטאג און דאנערשטאג
מאנטאג האט זיך דער בית דין ווידער צוזאמגעזעצט און מען האט באהאנדעלט דעם סקעדזשועל פון די וואך, בעיקר וועגן די באבובער דין תורה, מיט וועלכע טייל פון די דין תורה דער בית דין זאל זיך די וואך אפגעבן
דינסטאג איז ביים בית דין געווען "ביזנעס עס יוזשועל", דער בית דין איז אויפגעשטאנען, זיך געווייקט אין מקוה, געדאווענט מיטן לעצטן מנין פאר חצות, געגעסן א גוטן פרישטאג, געכאפט א שינת צהריים, געגאנגען אין כולל אויף צוויי שעה (אויסער פירן דין תורות דארפן זיי דאך לערנען אויך עפעס), אהיימגעקומען צו נאכטמאל, צוריק אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב, און ב"ה דער טאג איז דורך בכי טוב
דאנערשטאג האט זיך דער בית נישט אפגעגעבן מיט די באבובער דין תורה, דער בית דין האט דאך נאך זאכן אויפן קאפ, מען מוז עפעס א גאנצע וואך זיך אפגעבן דוקא מיט באבוב?
און פאר ענק, באבובער חסידים, בלייבט איבער צו ווארטן מיט געדולד. האטס געדולד, אלעס ליגט אין גוטע הענט, ביים בית דין
______________________
נ.ב. איך מיין חלילה נישט פערזענליך קיינעם פון די רבנים שליט"א חברי הביד"צ, גדולי התורה, איך ברענג נאר ארויס דעם אלגעמיינעם חורבן אין עולם הרבנות, און אויך אין עולם הבתי דינים. פארוואס ציהט זיך א דין תורה דריי יאר אן קיין ענדע??
תוקן על ידי שורשנגח ב- 21/12/2007 8:43:42
שור שנגח האט אונגעריירט א פארווייטיגטע נקודה
יעדער האט געמיינט אז דאס ערשטע מאל אין א לאנגע צייט וואס א ירושה פון אדמורות איז געגאנגען צו דין תורה וועט דער בית דין שנעל מאכען א דעסישאן אין געבן יעדען מער צו ווייניגער אין שליסען דעם געשפעט
דערווייל ווי ווען וואס!!!!!
זיי לעבן אין זייער וועלט אינטערסירט נישט דעם זילותא דבי דינא וואס איז געווארן פון דעם אין גאס
זיי האבען כנראה גענוג ביזנעס און זוכען נישט אז נאך קהילות זאלען גיין צו זיי.
I heard that there is finally big news from the Bais Din Rumor has it that the Bais Din set the share of Babov 45 at 31 percent Did any one hear anything about this
_________________