היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » ווען איז די באבובער חתונה?

ווען איז די באבובער חתונה?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2331253

ירא_שלם » 17/12/2007 22:50

באבובער חסידים,

ווי פראוועט אייערע רבי (45) דער חתונה פון זיין טאטער און ווען?

לכבוד_שבת » 18/12/2007 00:48

קול רנה וישועה באהלי צדיקים!!!
די מלכיות'דיגע חתונה פון בתש"ק הכלה תחי' בת
 כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א
 וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר,
דאנערשטאג פ' יתרו - יום י"ז שבט הבעל"ט

די שמחה הרוממה וועט אי"ה פארקומען אין דעם מעכטיגע זאל אין הארץ פון בארא פארק אויף 43 סט. ביי ניו יוטרעקט, וואס ווערט איצט צוגערישט לכבוד די חתונה הגדולה, צו קענען אקאמדירן די רבבות אלפי ישראל בליעה"ר, וועלכע ווערן ערווארטעט זיך משתתף צו זיין ביי די געהויבענע מאורע.

די זכות פון די הייליגע זיידעס רבותינו הקדושים לבית באבוב ולמעב"ק זי"ע, זאל משפיע השפעות טובות וכל טוב, פאר אלע וואס זענען זיך משתתף בשמחת צאצאיהם, וכל השמחים בשמחתם.

וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלהים וישישו בשמחה!!
  



   



תוקן על ידי לכבוד_שבת ב- 18/12/2007 0:52:47

ירא_שלם » 18/12/2007 11:44

עמיצער זאל ביטע אראפ לייגען א בילד פון די פלאץ ווי דער חתונה גייט פארקומען.