היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פרישע בלבול פון די זאליס (די ווינערס...)

פרישע בלבול פון די זאליס (די ווינערס...)

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2330820

מבני_בניו » 17/12/2007 06:25

די זאליס זענען יעצט ביזי מיט א נייע בלבול קעגן די סאטמערע רעבעצען תליט"א אז זי האט אויפגעטרעטן ביי א מסיבה פון "די מדינה" אויף עברית. ווער סוויל קען זען יוסף90/בן חוה בלבול אין בחדרי חרדים.

איך האלט נישט אז מדארף זיך צופיל צו טון מאכען, די רעבעצען האט קיינמאל נישט גערעדט אויף עברית ברבים  (די שיכורים האלטען מסתם אז אויך די אלטע ווישניצער רעבעצען האט גערעדט אויף עברית....?), און דעס וואס שטייט אויפן קעפל עפעס עברית ווערטער מאכט עס נאכנישט פאר א מסיבה פון די מדינה. אפגערעדט פון דעם אז די סאטמארע רעבעצען האט אליינס אנגעקאלט די משרד השיכון און זיי געזאגט אז זי קומט נישט רעדען נאר אויב די מדינה ספאנסערט די מסיבה...

דוד46 » 17/12/2007 17:23

דא איז די הזמנה צו יענעם צוזאמענקונפט
[בילד – נישט אפגעהיט]

חייםחייקל » 18/12/2007 08:28

און וואס איז אז זי האט יא אויפגעטרעטן? און אז זי רעדט עיברית אינדערהיים וואס יעדער הערט.

קען זיין עס פאסט אפשר נישט פאר א "סאטמאר'ער רעבעצין" צו רעדן עיברית, און אוודאי נישט אינדערהיים "באתרא דמר"..אפילו זי האט צוגעזאגט פאר רבינו בעל "ברך משה" זי"ע אז זי וועט נישט מער רעדן עיברית (יענעם פארטאגס הידוע - מקען דאס הערן אויפן ווידעא) אבער דא האט זי נישט געטוען קיין שום עוולה.