היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "חתונה תקנות" פארופן בפקודת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"...

"חתונה תקנות" פארופן בפקודת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"...

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2330799

מה_טובו » 17/12/2007 02:56

"חתונה תקנות" פארופן בפקודת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א)
וואס איז דער דעת הציבור?

תוקן על ידי מה_טובו ב- 17/12/2007 3:03:45

בערל550 » 25/12/2007 01:21

כ'האב געזעהן די וואך אין דער בלאט אפאר אינוויטעישאנס וואס איז געשטאנען "ברכת המזון 11:00"

כה לחי

מה_טובו » 1/1/2008 15:33

אויף קול סאטמאר מעלדט מען אז ביי די דינער "יום ישיבה" נעקסטע וואך זונטאג (וואס געפאלט ניטול) וועט זיין א דעבאטע וועגן די חתונה הוצאות, ווי מ'וועט דעבאטירען דעם ענין.

מה_טובו » 7/1/2008 03:30

מ'קען הערן א לייוו הוק אפ פון די דעבאטע אויף קול סאטמאר

מה_טובו » 7/1/2008 03:37

הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האט יעצט געענדיגט רעדן
ער האט זייער גוט ארויסגעברענגט די זאך...

די דעבאטע הייבט זיך יעצט אן.....

ניהול_גרופ » 7/1/2008 06:18

(השר_מקוצי:)
אינטערסאנט אז קיינער רעדט נאך נישט דערפין

די וואך שבת איז געווען פארשפרייט צעטליך, אז היינט זונטאג גייט מוהר"א פארשטעלן די נייע חתונה תקנות ביי דינער פין זיין ישיבה, אויב עס וועט געלונגען פאר מוהר"א אויסציפירען זיין פלאן, איינציפירען א נייע חתונה סטאנדערט, אין פטר'ן דען יהדות החריות פינעם גזירה וואס הייסט ,סטאנדערט" וועט ער בלי שום ספק אריינגיין אין קורות הימים אלץ א העלדישער גענעראל, און לעגאנדער פירער, אין ער וועט האבן אויף זיין קרעדיט, אומצאליגע הצלפת נפשות, ביקור חולים, וכו' וכו' פין די פרט אליינס, אנדערש ווי אלע אנדערע זאכען וואס רבנים טיען אויף פאר זייער קהלה, ובתוכם וואס מוהר"א האט שוין אויפגעטיען 
ביז היינט, ווי למשל ווייץ, פלייש וכדומה די אלע זאכען האט מען זיך געקענט באגיין אן דעם אויך, עס איז למעשה געווען ווייץ אין פלייש ביז היינט, אלעס איז געווען, משא"כ "חתנה מאכען" איז היינט א ענין "שאין הציבור יכולים לעמוד בו," רוב רובו פינעם ציבור ליידט דערפין, אנשטאט עס זאל זיין א זמן  שמחה איז עס ליידער,,,,,,
זייער אסאך מאל שרייבט מען אויף א רבי "רבן של כל בני הגולה" אבער כמעט קיינמאל איז עס נישט אמת {אדער אפשר קיינמאל נישט} אויב אבער וועט ער אויספירען וואס ער פלאנט, אין ער וועט ברעכען די חתונה סטאנדערט, וועט מען אים בלי שום ספק קענענן געבן דעם טיטול, ווייל יעדער קלוינזבערגער, באבוב פאפע חסיד וואס וועט זיך שפארען טויזענטערס ביי אשמחה, אין די קימענדיגע יארען, וועט זיין שולדיג א הכרת הטוב פאר דעם מענטש

די נייע פלאן וואס די ארונים פלאנען היינט פארצישטעלן דארף לכאורה צי זיין א הצלה אויף דורות, פטר צי ווערען פין דעם יאך וואס מען היינט זיך אליינס ארויפגעלייגט אין מען טרעפט נישט קיין וועג ארויס, אסאך האבן שוין פראבירט צי לייזען די פראבלעם אין עס איז זיי נישט געלונגען, אויב אבער וועט עס פאר די ארנים יא געלונגען, וועט בלי שום ספק די היינטגע טאג "א' בא" קענענן אנגערופען ווערן "יום הצלה והשחורור" ווען מען איז פטור געווארען פין די שווערע גזירה וואס הייסט "סטאנדערט"

"כלל ישראל" קיט ארויס אויף די היינט נאכטיגע הצלחה
עס איז בלי שום ספק אז רוב רובם פין כלל ישראל גייט זיך צושטעלן צי די מערכה

(איציק_מיכל:)
עס וועט זיין א לייוו הוק אפ סיי אויף קול סאטמאר 718-305-6942-8-1
און סיי אויף קול מבשר  212-444-1100-8-1

הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן און ר' יצחק גרינפעלד וועלן אנפירן די דיבאטע

איינער ווייסט מער פרטים?

(לעבעדיגער:)
עס גייט פרקומען אן אסיפה פון קהל היינט בעפאר דער דינער איבער די תקנות, ווי מ'גייט אויסארבייטן די דעטאלן  פון דער תקנה,

לאמיר זיי  ווינטשן פיל הצלחה, דאס יהדות החרדית ווארט שוין בכליון עניים דעראויף,

ווי איך הער וועט דאס ערשטע תקנה זיין אפצוריפן אזא מין זאך ווי "מסיבת תנאים" עס וועט מער נישט זיי די זאכן, ליינען דעם תנאים וועט מען אי"ה אדער ביים ווארט אדער ביים חתונה ביי די קבלת פנים,

עס מיינט א רעדעצירונג פון כמעט פינף טויזענט דאללער ($5000) פאר יעדען איד וואס מאכט חתונה, און ווען מ'רעכנט אריין דער "שטריימל רעוועלאציע" וואס א געוונליכע מחותן קאסט היינט א עוורידזש פון $5,200  א סעט שטריימלעך, פרעגט אייך נאך די פרייזן, און די נייע רעוועלאציע שטריימל קאסט סך הכל $1,200 מיינט דאס אז מ'שפאָרט פאר מחותנים בערך ניין טויזענט דאללער! (9,000) ביי די תנאים'ס און שטריימלעך אליין!

וויל מיר נאר זאגן פאר די "וועד לצומצים הוצאת החתונה", כה לחי!


(monroe06:)

There is much more then that invalved, It's in the intrest of everybody that this t'kunes should be once and for all


(mefikal:)
די דעבאטע הייבט זיך יעצט אן, עס זענען צוגעשטעלט לאקאלע נומערן אין אלע צענטערן. עס איז קלאר אז די נאכט וועט פארצייכנט ווערן אלס אן היסטארישער נאכט ביי גאנץ כלל ישרא'.

(השר_מקוצי:)
איבעראשונג ביי די דעבאטע!!!

איבעראשענדוגע מעלדונג ביי די דעבאטע

חתונה נאכט  פאר נאר זיבן טויזענט דאלער!!!!!!!!!!!

לעבעדיגער » 7/1/2008 16:53

היסטארישע דורכבראך אין די פינאציעלע לעבן פון דאס היינטיגע אידענטום!


נאך די דרשה פון רבינו שליט"א (וואס איז אן עקסטערע אריכות) האט ר' חיים פריעדמאן, אין נאמען פון קהל געמאלדן די ערשטע פאזע פון די תקנות,

עס זענען איינגעטיילט אין פערצן חלקים,

איך געדענק נישט אלע יעצט אויף די מינוט, צווישן די תקנות איז ווי פאלגענד,

מסיבת תנאים:
אינגאנצן אפרופן דעם מסיבת תנאים, עס וועט געליינט ווערן ביי ווארט אדער ביים קבלת פנים פארן חתונה,

מתנות פאר די כלה:
נאר פיר צירונגען, דיימאנד רינגעל, נאר CZ (ס'הייסט נישט עכט) זייגער, פערל קייטל און אויער רינגל, דערנאך איז דא נאך עטליכע מתנות ווי טיכל, סעט מחזורים, צאינה וראינה, סידור,

מתנות פארן חתן:
א זייגער, ש"ס, בעכער, מנורה,

מתנות פאר אלע אנדערע קרובים און געשוויסטער נישט ערלויבט בכלל,

די צייטן צו גיבן די מתנות זענען אויסדריקלך נאר אין די ימים טובים ווי פסח, שבעות, סכות, פורים, אא"וו,

שטריימל: נאר די רעוועלאציע, פאר $1200

שבת באווארפן:
סעודה נאר אינדערהיים בלויז פאר די אייגענע משפחה, פרויען קידוש נישט ערלויבט,

שבע ברכות נאר אינדערהיים פאר גאר נאנטע משפחה מיטגלידער אן מוזיק אד"ג,

שבת שבע ברכות:
פאר קלענרע משפחות אויב מעגליך, ביי זיך אינדערהיים, גרעסערע משפחות נאר אין די קלענערע זאלן ווי מנוחה ושמחה, שוש תשוש, עטרת פיגא, וכד'
פרויען קדישים און שול-פירן זענען נישט ערלויבט,

ס'איז דא נאך וואס איך האב נישט אויסגערעכנט, איך געדענק פשוט נישט,

די אלע תקנות גייען אריין אין קראפט דעם היינטיגן ראש חודש שבט הבעל"ט, דאס הייסט פאר די אלע וואס טוען שידוכים פון דאן אין ווייטער,

ר' חיים האט געמאלדן אז די תקנות איז מחייב אלע בני קהלתינו די בכל אתר ואתר, עס ווערן געשטעלט קאמיטע'ן אין יעדע געגענט, אויב וועט זיין א שטארקע התנגדות קעגן סיי וועלעכע פון די אויבערדערמאנטע תקנות וועט מען עס אי"ה טוישן,

ווי אויבערדערמאנט איז דאס די ערשטע פאזע, אין עטליכע חדשים פון יעצט האפט מען צו גיין מחיל אל חיל אין אריינטרעטן אונעם צווייטען פאזע וואס וועט ענהאלטן תקנות איבער די נאכט פון די חתונה, לבושים, פוירניטשער אד"ג,

מיר ווילן ווינשטן פאר די געטרייע ראשי קהלה וואס טוען אלעס אינטער די אנווייזונגען פון רבינו שליט"א, אז ישלח ברכה בכל מעשה ידיכם, און זיי זאלן קענען אויפטוען גדולות ונצירות ווייטער,

*

דער עולם ווערט געבעטן דא צוזאגן זיייער מיינונג איבער די תקנות,



_________________

העטעכפעטעך » 7/1/2008 19:03


די תקנות בעצם איז זייער גוט, די שאלה איז נאר צי וועט טאקע דער עולם עס אננעמען , איך רעד נישט פונעם המון עם דער דורכשניטלעכער ארבעטער וואס דאס באטרעפט בערך 75% פונעם עולם, איך רעדט פינעם מער בעלבתיש'ן איד וואס איז בערך 25 % פונעם עולם וואס ביי אים שפילט נישט קיין ראלע צי ספענדן 50 60 אלפים א חתונה צי וועט ער זיך אויך צישטעלן צי נישט, טאמער וועלן זיי זיך צי שטעלן דעמאלטס איז דאס כמעט ווי א גאראנטיע אז די תקנות וועלן זיך אויסארבעטען, אבער טאמער נישט דאן וועט דער דורכשניטלעכער ארבעטער אויך מוזן נאכמאכן אים (אלס ווייל קיינער וויל נישט הייסן קיין שנארער, אין וואס וועט מען זאגן) אין די גאנצע ארבעט פון די תקנות איז געווען ארויס געווארפן,

ע"כ זאלן וויסן אלע בעלבתיש'ע יודן אין ענק ווענד זיך די גאנצע קיום פון די תקנות אין די געזונט פון הונדערטער יודן איבער די וועלט נעמטס דאס נישט פאר לייכט עס איז נישט קיין קינדער שפיל, זאל דער עושר נישט זאגן "איך דארף נישט ליידן ווייל דער ארימאן האט א פראבלעם, זאל ער נישט נאכמאכן מיך" ווי ר' הערשל פ"מ האט דאס זייער גיט ארויס געברענגט, ווער גיט א גאראנטיע פאר דעם עושר אז ביי זיין נעקסטע קינד ווער ער נאך אלץ קענען ספענדען אין די וועלט אריין, ווער געט א גאראנטיע פאר דעם עושר אז זיינע קינדער וועלן דאס קענען באווייזן מען דארף נישט קיין באווייזן אויף דעם, איך אליינס קען מענטשען וואס זענען מיט עטליכע יאר צירוק זענען זיי געווען שיינע בעלבתישע יודן אין האבן טאקע געמאכט חתונה אויף א גרויסע אויסברענגערישע שטייגער די תנאים אליינס האט שוין באלד געקאסט טייערער ווי א נארמאלע חתונה, אין היינט ליידער זענען זיי עני ואביון מגוזלו ווען זיי מאכן יעצט חתונה שנארט מען פאר זיי צאם פון א האלבע שטאט אין איך דארף נישט זאגן די חרפות אין בושות וואס די מענטשען גייען דורך, ע"כ זאלן די עשירים וויסן אז זיי זאלן חלילה נישט עובר זיין אויף די תקנות מען קען קיינמאל נישט וויסן , אפילו מען עטליכע מיליאנען אין באנק אין אסאך ריליסטעט, ווידער אויב שטעלן זיי זיך יא צי זאלן זיי וויסן אז זכות הרבים תלוי בהם כלל ישראל וועט זיי בענטשען מיט אלע ברכות האמורות בתורה איך בין זיי שוין פשוט מקנה וואס פאר זכותים זיי וועלען זיך איינקויפן דערמיט פאר זיך אין פאר זייערע קינדער..........האטס שכל........

איציק_מיכל » 8/1/2008 19:09

איינער פרעגט מיר היינט די קשיא איינער האט א תירוץ?

אויב האט מ' אין ק"י נאך נישט געקענט איינגעפירט די בר מצוה תקנות וואס לויפט מען צו חתונה תקנות?
 

לעבעדיגער » 8/1/2008 20:00

איציקל, מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?

בר מצוה תקנות לחוד וחתונה תקנות לחוד, וואס האט איינס מיטן צווייטן, מ'מיז ווארטן אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן? מ'האט געמאכט א תקנה, מ'ווייזט פאר די וועלט אז עס ארבייט הונדערט און איין פראצענט, און מ'קען שוין גיין ווייטער ארבייטן אויף חתונה תקנות,

און דער עיקר סיבה פארוואס אין קרית יואל האט מען עס נאכנישט נאכגעמאכט איז וויבאלד עס איז נישט דארט אזוי איינגעריסן געווארן דאס מאכן טייערע בר מצוה'ס א_ווי אין ווילאימסבורג, ווען הערט מען דען דארט אז איינער מאכט עפעס א טייערע בר מצוה? און ווען איינער מאכט שוין א שיינער בר מצוה אין קרן ויואל משה, ווייסט עס יעדער, משא"כ אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעפאנגען א ערנסטע "סטייל" פון מאכן טיירערע בר מצוה'ס בעיקר אין די זאל פון "ראוז גארדן" יעדער אינגערמאנטשיקל וואס האט שוין געקלאוזט עטליכע מארגעדזשעס האט זיך שוין געפילט פאר א נגיד אין זיין יארגאנג, און געהאט די פראוועליגיע צו מאכן א פארשווענדענישן בר מצוה, אין א רייכע זאל באגלייט מיט זינגער'ס און מוזיק,

דאס איז געווען דער סיבה פון מאכן די תקנה אין וויליאמסבורג, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'מאכט עס נאכנישט אין קרית יואל, אבער דאס איז זיכער אז דאס איז נאכנישט גענוג סיבה אז דערפאר זאל מען נישט ארבייטן ווייטער אויף די חתונות,

_________________

דוד46 » 8/1/2008 20:01

די סיבה פארוואס אין בארא פארק און אין קרית יואל האט מען נישט איינגעפירט די תקנות איז:

ווייל דארט האבן יא די אהרונים האללס...

איציק_מיכל » 8/1/2008 20:15

בקיצור זאגסטו

אז אין קרית יואל פעלט עס נישט אזוי שטארק אויס

איז דאס איז די סיבה?
אדער מ'קען פשוט נישט?

זשוליאני08 » 8/1/2008 23:07

לויט מיין אינפארמאציע איז געבליבן אז קהילתינו הק' בקרית יואל
 אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה דקרית יואל
האבן באשלאסן זיך פולקאם אהערצושטעלן לויט די תקנות
און מחותנים וועלן אי"ה קענען באקומען דעם זאל אין פאראדייס פאר 7 אלפים.

דאס הייסט אז מיט א בדחן, שפילער בלומען און פאטאגראפער, וועט מען מעגליך קענען האבן א גאנצן פעקעדזש פאר דעם פרייז פון  10 אלפים.
 5 טויזענט פער מחותן. (א נאבעלע דערגרייכונג).

דוד46 » 8/1/2008 23:15

און בארא פארק?

DRUDGE08 » 8/1/2008 23:49

דוד

שווימער און בערקאוויטש זענען גרייט דערויף?

דוד46 » 8/1/2008 23:59

וועל מער דאס זען פעבער 26 אין ברוקלין סופרים קאורט...

איציק_מיכל » 9/1/2008 00:05


איין זאך איז זיכער
אויב וועלן די תקנות זיך אויסארבייטן אי"ה
וועלן די מוסדות סוף כל סוף גארנישט שאדן האבן
זיי וועלן גאר פארדינען

אז די בעלבעטישטע עולם וועלן ווארפן מיט  $25,000
ווייניגער אין גארביזש ביי יעדן קינד עקסטערע,
וועלן זיי קענען געבן גרעסערע סכומים ביים דינר

און כ"ש די פשוטע ארבייטערס וועלן קענען צאלן די אמת'דיגע שכר לימוד פרייז

מה_טובו » 9/1/2008 01:17

וועלן די כלות מסכים זיין צו עלימינירען דעם תנאים?

געשמאק » 9/1/2008 02:45

זשוליאני מען זעהט אז דו ביזט פארנומען קאמפיינען

צום קרעדיט פון די הנהלת המוסדות אין קרית יואל, קאסט שוין די לעצטע אכט יאר בלויז צען טויזענד דאלער די חתונה נאכט אין פאראדייס מיט דעם זינגער שפילער בדחן, דורך מנוחת הנפש.



מוזיקנט » 9/1/2008 22:23

איך געדענק אז די אלע תקנות איז שוין געשטאנען אין דער איד
מיט 7 יאר צוריק

וואס איז איצט נתחדש געווארן, אויסער א טראסק

איציק_מיכל » 9/1/2008 23:22


דער מוזיקאנט ציטערט אויף זיין פרנסה

ימים ידברו אי"ה


מוזיקנט » 9/1/2008 23:31

די תקנות איז נישט מער ווי א טראסק.
והא ראיה אז אין קרית  יואל איז גארנישט מיט נישט.

מ'קען מיינען אז אין קרית יואל וואוינען רייכע אידן, די העכערע קלאס, בעסערע לויטע.
אין אין וויליאמסבורג וואוינען די שנארערס... און דארט מאכט מען תקנות.

דער שוטה מיינט אז הייינט איז תר"פ, און מ'ען איינרעדן דעם ציבור - תקנות, אויפטאן.
אין קרית יואאל איז דא א באלעבאס, ער הייסט מאיר הירש. און ער זאגט: קיין פעני ווניציגער.

אז איר ווילט קענט איר חתונה מאכן אין די "הערליכע" שיינע" עלעגאנטע" שוש תשיש, וואס איז בערך ווי מיין ביה"כ.

יעצט הייבט נישט אן בארעדן מיך אדער מיין פאך, ווייל נישט דאס איז יעצט אויפן דעבאטע-טיש.

איציק_מיכל » 9/1/2008 23:50

קרית יואל גייט זיך אי"ה צושטעלן אויפן שענסטן אויפן

ס'איז טאקע געגאנגען שווער אזוי ווי יעדע גוטע זאך

לעבעדיגער » 10/1/2008 01:49

נעכטן אויפדערנאכט איז געווארן א שידוך ביי איינע פון די חשובע תושבי קרית יואל, און היינט מיטוואך איז די "ווארט" ביים מחותן אינדערהיים ווי מ'גייט אויך ליינען דעם "תנאים" נאר א דאנק די נייע תקנה, וואס פינקטלעך די ווילסט מיט קרית יואל ווייס איך נישט, אלעס שטעלט זיך צו געהעריג,

איבער די זאלן און די חתונה נאכט, וויפיל קאפל אא"וו איז דערווייל נאכנישט געמאכט געווארן קיין תקנות, די הנהלת המוסדות האט נאר מודיע געווען זייערע פלענער וואס עס גייט זיך הערשט אנפאנגען אי"ה אין בערך אנדערהאלבן יאר ארום, קום מיר נישט פארדרייען דעם קאפ מיט מאיר הירש, קרית יואל אד"ג, די תקנות וואס מ'האט דערווייל איינגעפירט  ארבייט בעסער ווי מ'האט געקלערט איבעראל, וומ"ס, קר"י, מאנסי אא"וו,

ביים שידוך טוען איז די ערשטע זאך מיט וואס מ'קען איינהאלטן די תקנה איז דורך נישט מאכן קיין תנאים, און אטא דאס זעה איך איבעראל זינט דער תקנה איז פראקעלעמירט געווארן,

מוזיקנט, איך ווייס נישט פונקט וועם די ווילסט דא אראפרייסן, די תקנות, ר' מאיר הירש, קרית יואל, סאטמאר, נישט קיין חילוק, דיינע ווערטער האבן נישט די מינדעסטע שייכות מיטן מציאות,

העוו עי נייס דעי, קענסט ווייטער מאכן א תנאים, יעדער לאזט דיר, קענסט ווייטער קויפן צוויי שטריימלעך פאר די פרייז פון איבער פינף טויזענט דאללער, קויף מתנות פאר אלע געשוויסטער פון חתן כלה און פאר אלע באבעס, מימעס און פעטער'ס, הו קערס, נישט נאר דאס, קענסט מאכן בר מצוה אין די טייערסטע זאלן פונעם שטאט, ברויכסט נישט קומען צו מנוחה ושמחה ווי אלע סאטמארע אין וויליאמסבורג, אבער לאז די אנדערע נארמאלע אידן געמאכט,

סקאטמאלען » 10/1/2008 02:24

איך האב פריער געהערט די דרשה פון דעם רעדנער, (אויסער דעם וואס זיי פאמפען דארט זייער רבי'ן, מהיכי תיתי, זאל זיי וואויל באקומען) איך מוז זאגן איך בין זייער אנציקט געווארן, ער רעדט דברים נכונים, לו יהי' כדבריו, איך וואונטש זיי הצלחה, שוין צייט צו מאכן אן עק צי די שגעון פון פארשקלאפן און פארדאגה'ענען אידישע בעלי שמחות ביום שמחת לבבם.

אבער די פארמעגליכע מוזן קאפערירן דאס איז דער יסוד.

אויב עס ארבעט זיך אויס דארפן אלע קהלות עס נאכטאן.

פלעכטעל » 10/1/2008 03:09

איך וואלט פאר געשלאגן אז קהל אדער די רבי
זאל ציזאם נעמען אלע ראשי קהלה אדער רבי'ס וואס זענען ערנסט אינטערסירט
אין פאר שטיי זיך נאר אזעלעכע רבי'ס וואס זיי זענען בעל בית אין זייערע קהילות
אין מען וועט זיי פאלגן
אין מאכן א אינטער נאיצינאלע רידער אויף  די פארפוילטען סיסטעם פין די טייערע
חתנות ואס איז כלו כל הקינצען אין איך בין 100 % איבערצייגט אז סוועט ארבעטן

מוזיקנט » 10/1/2008 03:33

אויפאמאל בין איך שין דערקעגן.
איך זאג אז קרית יואל האט געבויעט א טייערע "קרן ויואל משה", אפשר קענט איר מיר זאגן פאר וועעלכע מיליאנערן פון קרית יואל האט מען דאס געבויט.

איז דאס אויך אין איינקלאג מיט די תקנות?

ביבער » 10/1/2008 03:40

יא סאיז אין אייקלאנק מיט די תקנות
ווייל מען גייט לייגן ביימער פראנט פין די זאל

חיים_נחום » 10/1/2008 17:24

נעכטן איז געווען א חתונה אין וויליאמסבורג אין קאנטינענטאל. פון צוויי מחותנים אנ"ש. ווי מען האט געבענטש 11:00 ! כה לחי!

די וויכטיגסטע וועלן זיין די אלע נחשונים וואס וועלן אריינשפרינגען דערין! אויף זייערע פלייצעס וועלן ליגן די אלע זכותים, פון ראטעווען גאנצע שטיבער, הארץ עסעניש אין עגמת נפש.

מוזיקנט » 10/1/2008 18:47

ער איז א פשוט'ער שפרינגער און אן אקטיטאר.
ער זעט אז יעצט איז פאפולער צו האקן אויף מיעל מארקט, מאכט ער שנעל א אסיפת הרבנים.

ער זעט אז יעצט איז פאפולער צו האקן אויף די אומבאשרייבליכע צרה פון חתונה הוצאות און לוקסוס
דערקלערט ער שנעל אז ער איז פאר CHANGE.

אפשר זאל מען אים רופן, באראק (אבאמא) טייטלבוים.

ארגינעלער » 10/1/2008 19:21

איך מיין אז ווען דער בעל ויואל משה, האט געזען אז ס'איז פאפולער צו שטורעמען קעגן די מדינה האט ער אויך אנגעהויבן זאגן שארפע דרשות און תורות קעגן זיי און האט פארבאטן זייערע בחירות, ווייל אזוי איז ער געווארן א פאפוליסט.

ווי איך פארשטיי:

1) אנישט דאס קרענקט דיר אז רבינו שליט"א האט פאררופן אן אסיפה.
2) נישט דאס קרענקט דיר אז רבינו שליט"א האט געמאכט תקנות איבער מותרות...

דיך קרענקט 1) אז די שענסטע רבנים זענען געקומען צו די אסיפה.
דיך קרענקט 2) אז יעדער פאלגט די תקנות.

פאררופן אן אסיפה איז נישט קיין קונץ
מאכן תקנות איז נישט קיין חכמה.

אז יעדער קומט, און יעדער שטעלט זיך צו, כאיש אחד בלב אחד.... דאס טוט וויי !

מוזיקנט » 10/1/2008 19:41

פינקט קאפויער
איך האב געהערט פון עטליכע רבנים וואס זענען דארט געווען אז די אסיפה איז געווען א פשוט'ע ליצנות

איבער די חתונה תקנות האב איך שוין געזאגט אז ס'איז שוין געשוטאנען אין דער איד לאנגע יאר צוריק, און ער האט נישט וואס נעמען קיין קרעדיט פאר א אלטע אויסגעדראשענע זאך.

סעדער » 10/1/2008 19:47

איך הער אז דער רבי רופט אן נייע מחותנים וועלכע שליסן שידוכים און בעט זיי זאלן אים צוזאגן אז זיי וועלן האלטן די תקנות. כה לחי'!


איציק_מיכל » 10/1/2008 20:04

מוזיקאנט כתב
איבער די חתונה תקנות האב איך שוין געזאגט אז ס'איז שוין געשוטאנען אין דער איד לאנגע יאר צוריק, און ער האט נישט וואס נעמען קיין קרעדיט פאר א אלטע אויסגעדראשענע זאך.

אזא תמים ביסטו???

ווער האט נישט געשריבן???

טויזענטער ארטיקלען און בריווען אין דער בלאט (אפשר אין דער איד אויך אבער איך לייען עס נישט)
צענדליגער דרשות
צענדליגער קונטרסים אויף די פאסט

דער קונץ איז נישט צו שרייבן
דער קונץ איז אויסצופירן


בדרך אגב האב איך געהער אז עס איז געווען די וואך א חתונה און דער מחותן האט געוואלט ענדיגן 10:50
צו טאנצן, אבער די פרויען האבן פארפירט אז מ'זאל נאך טאנצן 15 מינוט
פלוצלינג האבן זיך די זאלי קרובים דערמאנט אז זיי זענען קרובים
און זיי האב זיך גענומען צו טאנצן,,,,,,,,,,

elmonsey » 13/1/2008 06:53

איך האלט אז די תקנות מאכט אסאך סענס אבער איך האלט אז מ'זאל צילייגן צי די תקנות אז די רבנים זאלן קימען צייטליך צי די חתונה/חופה ווייל רוב פלעצער פארשלעפט זיך די גאנצע חתונה ווייל מ'ווארט אויף עפעס א רעבע אדער אינגאנצן מבטל זיין אז מ'זאל ריפען רבנים צי א חתונה.
(אי"ה ווען איך וועל געהאלפן ווערן וויל איך מאכן אז מ'זאל ריפען ווי ווייניגער רבנים)

_________________

Stop Hillary Express

מוזיקנט » 13/1/2008 07:27

לאמיר זעהן צי ביי די רבי'שע חתונות וועט מען מאכן א תנאים אדער נישט
לאמיר זעהן צי ביי די רבי'שע חתונות וועט מען אויך בענטשן 11 אזייגער, און צויאגן וועגן ביטול תורה.

דארט וועט זיין תירוצים, פון עת לעשות לה' הפרו

רבי_יונה » 16/1/2008 23:07

החתונות המפוארות שמפיקים רבים מקרב הציבור החרדי בארצות-הברית, רק כדי לשמור על הסטאטוס היוקרתי, הפכו לנטל קשה. עכשיו, כשיותר ויותר אנשים מתמוטטים והאסונות הורסות משפחות, החליטו העסקנים להוביל שורת תקנות שתעצור את המגיפה: חתונה רק עד אחת עשרה בלילה, לא לערוך מסיבת 'תנאים' מיוחדת, לקנות מתנות לחתן ולכלה בלבד, ואת סעודות 'שבת שבע ברכות' לערוך רק בבית ■ ר. שושן בשבועון 'שעה טובה' על הטרגדיות ועל התקנות החדשות

ר. שושן, 'שעה טובה'

כל המי-ומי של ניו-יורק התקבצו ובאו לשמחת החתונה שערך אחד העסקנים החרדיים הבולטים בעיר, איש חסד ידוע, לבתו הבכורה. החתונה התקיימה באולם מפואר בשכונת בורו-פארק, כיאה וכנאה לעסקן בעל קשרים ענפים באצולת הממון ובמסדרונות הפוליטיקה המקומיים. האולם המפואר לבש לכבוד החתונה צורה מפוארת יותר מתמיד: סידורי פרחים מדהימים שובצו באולם, והאווירה היתה יוקרתית עד מאוד.

לאחר 'קבלת פנים' עשירה ומשופעת באוכל רב, כמנהג חשובי אנ"ש דפה, ניגשו סוף-סוף לעריכת החופה. ההתרגשות הגיעה לשיאה. המחותן מצד הכלה צעד בכבדות לצד החתן ואביו, ראש ישיבה חשוב, כשבאו לכסות את הכלה. לחופה הגיעו כמה אדמו"רים ורבנים חשובים, ובקהל בלטו ראשי העסקנים החרדיים, שעמדו לצד פוליטיקאים - יהודים ושאינם יהודים - חובשי כיפות לבנות 'חד פעמיות', שהכין המארח עבור האורחים שבאו לחלוק לו כבוד.

החופה הסתיימה והתזמורת היוקרתית, בעלת שבעה מנגנים, פצחה בנגינה. החתן והכלה הובלו לחדר ייחוד. חלק קטן מהציבור נכנס לאולם המפואר, אבל רבים יותר עדיין ניסו לפלס את דרכם אל עבר בעל השמחה, כדי לאחל לו "מזל טוב".

לפתע נשמעה צעקה. "הצלה, רופא! יש פה רופא?". איש לא ידע במי מדובר.

מתנדבי 'הצלה', שהיו בין המוזמנים, ניסו לפלס את דרכם אל עבר הכיוון ממנו הגיעה הקריאה. מתנדבי ארגון 'חברים' וסתם אנשי מעשה דחקו בקהל לפנות את השטח ולהיכנס אל תוך האולם. בתחילה דיווחו על אישה שהתעלפה. אחר-כך הפכה האישה לסבתא של החתן, ומיד אחר-כך התהפכה הגרסה. נראה היה שיד מכוונת מנסה לטשטש את זהות החולה, ולו רק כדי לא להפר את השמחה.

זהותו של האיש שהתמוטט התבררה עד מהרה, כאשר אם הכלה יצאה בריצה לכיוון דלת האולם, היישר אל תוך האמבולנס בו כבר היה בעלה העסקן, אב הכלה, שרוע בחוסר הכרה, מחובר לחמצן. השמועה עברה מפה לאוזן בתוך האולם. הביפרים צפצפו ללא הרף. אבל השמחה המשיכה. התזמורת המשיכה לנגן. המלצרים הגישו מנות, ורק בשולי האולם ובשולחן ה'משפחה' נראו מבטים מודאגים. אם הכלה חזרה מיד לאולם, כדי שלא להפר את השמחה, ואת מקומה מילא אחיו של בעל השמחה, שמיהר אל בית החולים 'מיימנדיס'.

החתן והכלה היו בחדר ייחוד, ולא ידעו דבר על המתרחש בחוץ. אל חדר המיון של 'מיימנדיס' הוזעקו טובי הרופאים של בית החולים. הם נאבקו על חייו של בעל השמחה, שלקה בשטף דם במוח.

באולם המשיכה החתונה להתנהל כאילו דבר לא קרה. רק 'יודעי סוד' המשיכו להתלחש. לחתן והכלה ששאלו להיכן נעלם האב סיפרו כי האבא חש ברע ונלקח לבית החולים. אבל אל תדאגו, נאמר להם, מצבו טוב והוא כנראה ישוב לחתונה.
אלא שהחתונה הסתיימה ללא נוכחותו.

מתנדבי 'הצלה' המתינו עד סוף החתונה עם הבשורה המרה. רגע אחרי שהתזמורת הפסיקה את נגינתה, ורגע לפני שכיבו את המיקרופון הודיעו על מועד הלוויה.

ההלם היה גדול. העסקן, אדם צעיר יחסית שהותיר אחריו משפחה וילדים, היה איש בריא וחסון. הוא נהג לשמור על כושר גופני, ומעולם לא הכניס סגריה לפיו. בבית המדרש בו נהג להתפלל היו הכל שרויים באבל ותדהמה.

אבל מי שהתאבל מרה היה חברו, החברותא של בעל השמחה מזה שנים. רק עכשיו לאחר פטירתו הטראגית של חברו, גילה החברותא לסובבים כי חברו היה שרוי בלחץ כלכלי קשה ביותר.


כאן הסטאטוס קובע

ככל שחלף הזמן, התברר כי העסקן, שנהג ברכב יוקרתי והתגורר באחד הרחובות הנחשבים בשכונה, לא היה עתיר נכסים כלל. למעשה, הוא היה בעל חוב שגלגל גמ"חים מדי חודש, כדי לשלם את התשלומים החודשיים הגבוהים עבור הבית המפואר שרכש לפני כמה שנים, תשלומים עבור הרכב המפואר ועוד כהנה. בקושי גמר את החודש.

לקראת החתונה, כאשר השתדך עם בנו של ראש ישיבה ידוע, נאלץ לערוך לבתו חתונה ב'רמה', כיאה לעסקן בעל-שם כמוהו. כך מצא עצמו שוב מתגלגל ומסתבך בחובות גדולים, כאשר הוצאות החתונה, הבגדים ושבת שבע ברכות הגיעו עד מאה אלף דולר עבור לילה אחד.

החברותא סיפר בדמעות: "הייתי איש סודו. היחידי שידע על מצבו הכספי הקשה. כאשר בתו התארסה התחננתי בפניו להוריד את מסכת המיליונר, ולערוך חתונה באולם פשוט, כזה שאמור היה לעלות עשירית מהסכום שעלתה החתונה המפוארת. ידידי שמע, אבל טען כי אם יערוך חתונה באולם של עניים, יצנח מעמדו בעיני כל וזה יפגע בעתידו, לרבות עתידו הפיננסי. הוא אמר לי: 'מי ירצה להלוות לי אפילו סנט אחד אם יידע את האמת עלי. עכשיו כולם מכרכרים סביבי. כל מי שאני מבקש ממנו הלוואה, נותן לי בשמחה כי הוא יודע איזה בית יש לי ואיזו מכונית ואיזו חתונה עשיתי. אני חייב להמשיך בהצגה'.

"תאריך החתונה התקרב , וידידי הפך להיות יותר ויותר מסוגר, חיוור, וללא מצב רוח. הוא נראה כמו אדם חולה. הייתי מאוד מודאג. ניסיתי בסתר לגייס כספים עבורו כביכול בהלוואה עומדת. ביום החתונה הייתי דרוך. אני לא יודע למה, כי בדרך כלל אני אדם אופטימי", סיפר החברותא בצער.

הטרגדיה הפכה, מטבע הדברים, ל'שיחת היום' במשך שבוע. אבל הימים חלפו, ועימם גם נושאי השיחה. במהלך השנה האחרונה חזר על עצמו הסיפור. לפעמים נגמר בטוב, ולפעמים נגמר רע. מה שברור לכולם: הרעה החולה של עריכת חתונות פאר והוצאות עתק על חתונות בארצות-הברית, היא המחלה שאין לה כרגע מרפא. והיא מתפשטת כמו מגפה ומפילה חללים בכל החוגים.

חיים י. הוא איש עסקים שהשיא זה לא מכבר את בתו הקטנה. הוצאות החתונה עברו את מאה אלף הדולר. הוא מסביר את התופעה: "בוויליאמסבורג ובורו-פארק קיימים אולמות עבור מיליונרים, ואולמות עבור עניים. כמו שבארץ יש בירושלים את 'גוטניק' ו'חפצדי' ובבני-ברק יש את אולמות 'יד עזרה', כך גם בשכונת בורו-פארק, וויליאמסבורג. האולמות המפוארים הם 'עטרת חיה', 'חינכה' או 'עטרת אברהם' ו'רוס קאסל', ואחר-כך יש את האולמות של המון העם כמו 'קונקורד', 'ויואל משה', או 'עטרת שלמה' בשכונת בורו-פארק. באולמות הפשוטים עולה חתונה בסביבות עשרת אלפים דולר. שם יש נגן אחד, שעובד כמו די ג'יי, והוא מרקיד את האורחים בחתונה.
"באולמות המפוארים, לעומת זאת, עולה חתונה קרוב למאה אלף דולר. זה מתחיל עם האולם והאוכל. הכל תלוי כמובן, בתפריט שמזמינים, אבל הסכום ההתחלתי הוא חמישים אלף דולר. באולמות המפוארים יש גם מינימום של חמש מאות איש, כך שגם אם אין לך חמש מאות אורחים אתה תשלם על חמש מאות אורחים.

"מלבד האולם והאוכל יש את האופנה של 'סידורי פרחים באולם'. מקשטים את האולם המפואר בסידורי פרחים שעלותם מגיעה לכעשרת אלפים דולר. זאת מלבד עלותו של צלם שמגיעה לכשלושת אלפים דולר. ועוד לא הזכרנו את התזמורת שעלותה מתחילה מששת אלפים דולר ללילה. אבל אם תחליט לקחת את התזמורת הנבחרת כמו 'נשמה', תשלם 12 אלף דולר ללילה. ויש את האלכוהול, והבדחן שלוקח לפי שעות, כאשר כל שעה עולה כאלף דולר. אחר-כך יש 'שבת שבע ברכות'.

"אגב, באולמות לעניים לא מרשים אפילו להביא תזמורת מפוארת. האולמות לפשוטי העם תפוסים ויש להזמין מקום הרבה זמן קודם".


תקנות חדשות

החתונות המפוארות הן נושא כאוב מאוד בקרב הציבור החרדי בארצות-הברית. הצורך לערוך חתונות מפוארות ולשקוע עקב כך בחובות, רק בגלל ה"מה יאמרו", הוא קשה מנשוא. "זה מוריד את האנשים לשאול תחתית", אומר עסקן חרדי בניו-יורק.

"לא פלא שאנשים, מרוב חובות ולחץ, מתפתים לעשות 'כסף שחור' או לגנוב כסף מהשלטונות, תוך שהם מסכנים את עצמם ואת בני משפחותיהם בתקווה שלא יתפסו אותם. צריך לזכור שכאן באמריקה 'הלבוש עושה את האדם'. התפאורה היא זאת שקובעת לאיזה מעמד תשתייך. הסטייל שבו אתה חי, השטריימל היוקרתי, הקפוטה, הנעליים וכמובן הרכב בו אתה נוהג. כל זה יקבע איפה תשב בבית-מדרש או ב'טיש' אצל האדמו"ר. לכן קשה מאוד לשבור את 'מחול השדים' הזה".

היו חסידויות שניסו לקבוע תקנות ברורות. כמו, למשל, בחסידות גור שהוציאה תקנות ברורות ביותר באשר לאופי החתונות שניתן לערוך. אלא שבארץ, קרוב לאדמו"ר, עוד שומרים על התקנות. בחו"ל, מסתבר, זה כבר סיפור אחר.

אחת התופעות המטרידות, שבעטיה דווקא הצליחו העסקנים לתקן תקנה, היתה "שעת סיום החתונה". רוב החתונות, במיוחד החתונות החסידיות, היו מסתיימות בשעה ארבע לפנות בוקר. תופעה זו יצרה בעיות לבעלי האולם, שהוצפו בתלונות מצד שכנים - רוב האולמות ממוקמים - בשכנות צפופה עם בתי מגורים - ובמקרים רבים הוזעקה המשטרה לאירוע כדי להשליט שקט. בעיה נוספת התעוררה, כאשר חברות של הכלה, שחזרו מחתונות בשעות המאוחרות של הלילה, סיכנו את חייהן בהליכה ברחובות, כאשר גויים ושיכורים מסתובבים באין מפריע. סיום החתונות לפנות בוקר גם פגע קשה באברכים ובאנשי עסקים הנאלצים להשכים ללימודים או עבודה.

לאחרונה החליטו עסקני ניו-יורק לעשות סדר בנושא זה. לאחר אין-סוף פגישות עם בעלי אולמות, רבנים ואדמו"רים הוחלט להוציא תקנה, לפיה כל חתונה חייבת להסתיים עד השעה אחת עשרה בלילה. תקנה זו קיבלה גם את ברכתם של אדמו"רי סאטמר כמו גם את ברכת רבני העולם הליטאי. מאז החלת התקנה מסתיימות החתונות בעיירה ליקווד בשעה אחת עשרה בדיוק.

אבל ייסוד התקנות החדשות לא נעצר רק בתקנה זו. לפחות לא בחסידות סאטמר.
מי שהחליט לעשות מעשה, הוא האדמו"ר מהר"א מסאטמר שהודיע על כוונתו לגבש שורה של תקנות הנוגעות לעריכת שמחות. שאלון מיוחד חולק בשבוע שעבר לכל בתי האב בחסידות, והוא מתחלק לכמה ראשי פרקים הנוגעים לעריכת חתונות.

כותרת התקנות היא "מנוחת הנפש פאקיג'". בתקנות מפורטים כל הוצאות החתונה, מ'תנאים' ועד היום האחרון של ה'שבע ברכות'.

בנושא התנאים מוצע, למשל, שלא לערוך מסיבת 'תנאים' נפרדת, אלא לערוך את ה'תנאים' יחד עם הווארט, או בחתונה עצמה.

בנושא המתנות שמעניקים הצדדים זה לזה מציעות התקנות לקנות מתנות רק לחתן ולכלה, ולא כפי שמקובל היום - לקנות מתנות גם למחותנים, ולכל אחד מהאחים והאחיות של החתן והכלה.

בנושא המתנות לכלה נקבע: אין לקנות יותר משלושה תכשיטים, ומתנות יש לחלק רק בשלושת הרגלים ובחגים חנוכה ופורים. בסעיף של מתנות לחתן מוצע לקנות לחתן ש"ס, שעון, גביע וקופסא לאתרוג.

החתן ירכוש לעצמו את השטריימל. לפי התקנות, יהיה זה רק שטריימל אחד, ולא כפי הנהוג כיום שחתנים רוכשים לפחות שני שטריימלים. את סעודות 'שבת באווארפן' (-עליה לתורה) יש לערוך רק בבית ולא באולמות. אין קידוש לנשים.

'שבת שבע ברכות' יש לערוך בבית או באולמות הזולים כמו 'שוש תשיש', 'עטרת פייגע', 'מנוחה ושמחה' וכיוצא בהם.

"אנחנו באמת מתכוונים להנהיג את התקנות לטובת הציבור שלנו, וכדי שהציבור יקבל את התקנות, כולם כאחד, החלטנו לשמוע את דעת הקהל בעניין", אומר עסקן בכיר בסאטמר. "לכן פרסמנו את ההצעות שלנו וביקשנו מהציבור להצביע: בעד ונגד. וגם להציע הצעות..."

Ziskeit » 16/1/2008 23:59

איז די טראגישע מעשה ביים אנפאנג פונעם ארטיקל אמת, אדער נאר א משל?

_________________

לעבעדיגער » 17/1/2008 00:38

איך האב נישט קיין אנונג אויב די מעשה איז אמת צו נישט, אבער מ'האט שוין ליידער געהערט עטליכע מעשיות אין די לעצטע עטליכע יאר ווי מחותנים האבן ל"ע אויסגעהויכט זייער נשמה ביים חתונה פון זייער קינד, שוידערלעך.

דער שרייבער האט א רייכען פענע, ער לייגט עס זייער גוט אראפ, פון אנפאנג מיט די שוידערליכע מעשה, דערנאך ווי דער חבר זיינער דערציילט ווי ער האט געלעבט צו וויייזן פאר די וועלט, אבער אן געלט, און דערנאך קומען אריין די תקנות וואס עס ווערן יעצט פרייליך אויפגענימען אין דער גאנצער אידישער וועלט, חסידים און לוטוואים צוגלייך.


אין אנדערע נייעס:
ווי איך הער איז פארגעקימען נעכטן נאכט אן אסיפה בבית הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א צונאזאם מיט די קאמיטע פון קרית יואל און וויליאמסבורג, ווי מ'האט אויסגעארבייט דעטאלן פון די תקנה, וואס מענטשן פארלאנגען און וואס מ'דארף אראפנעמען אדער צולייגן, ווי ווייט מיין ידיעה איז האט מען גארנישט אראפגענימען, מ'האט צוגעלייגט עטליכע קלייניקייטן.

ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד דאס מיטצוטיילן.

ארגינעלער » 17/1/2008 00:51

איך האב א נאענטער קרוב , א מיטליעריגער יונגערמאן, (ארעם ווי די נאכט), וואס מאכט שוין אוין חתונה קינדער... ער איז מורא'דיג קעגן די תקנות...

ווען איך האב גערעדט צו אים דערוועגן, שעלט ער און שימפט. אפגעליפקטע ארונישע תקנות, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, שרייט ער, ווי אין פאניק. קיין שום נארמאלער מענטש באגרייפט נישט וואסערע צעדרייטע זאכן עטס פירטס איין.

ווען ער האט געענדיגט שעלטן, פרעג איך אים איין קשאי:
אויב די תקנות וואלט געמאכט דער יונגערער ברידער (דיין רבי), וואלט דיין אנטווארט געווען די זעלבע, יא אדער ניין...?

זיין ענטפער איז געווען:
איך האב נישט מיט דיר מער וואס צו רעדן...

מיין ענטפער איז געווען:
האסט מיר שוין אלעס געענטפערט !