דעם מוצש"ק איז פארגעקומען א הערליכע מלוה דמלכה לטובת החזקת כולל יטב לב בארה"ק בבית רבינו שליט"א אויף 550 בעדפארד עוועניו, מיט א אויסערגעווענליכע הצלחה ב"ה, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס האט פערזענליך גע'שתדל'ט די נגידים צו באשטייערן מיט גרעסערע געלטער להחזקת הכולל.
די מלוה דמלכה איז פאררופען געווארן דורך דעם חשוב'ן און ענערגישן משב"ק הרה"ח ר' משה פרידמאן שליט"א, וואס האט געהאלטן א פייערדיגע רעדע איבערן וויכטיגקייט צו שטיצן דעם כולל.
עס איז אריינגעקומען דער הערליכער סומע פון איבער א האלב מיליאן דאלאר.
_________________