ס' געווען באשריבן אין די שטערן די חודש. איס דאס אמת אדער א גרויסע בעלאני?
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס זאגט איר אויף די ufo
וואס זאגט איר אויף די ufo
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2330307
[בילד – נישט אפגעהיט]
אן אומאידענטיפירט פליגענדער אביעקט ( UFO)
איז א איינרעדעניש ביי געוויסע מענטשען אז זיי זעהן געוויסע באשטאנדטיילען
ארומפליען אין די לופטן אין רינדעכיגע טעלערלאך, וואס דאס זענען שדים
ורוחות פון אנדערע פלאנעטן וואס זענען פיל מער פארגעשריטען פון אונז, און
אין איין שיינעם טאג קענען זיי נאך אהערקומען אין די מאסען אייננעמען די
וועלט מיט פארגעשריטענע טעכנעלאגיע וואס מיר באגרייפן ניטאמאל, און זיי
וועלן אונז אייננעמען אדער הרג'ענען ווי פליגן.
איך האלט עס איז בעלאני
_________________
Stop Hillary Express
קוק ארום די וואס רעדן פון דעם, וועסטו זען אז זיי זענען ביזי מיט אנדערע שטותים, די זעלבע וואס זענען ביזי מיט נאך אנדערע שטותים זענען ביזי מיט דעם, דאס האט איין שורש "דמיונות".
די זעלבע זענען אויך ביזי מיט גלאובעל ווארמינג וואס איך האלט אז עס איז אויך בעלאני...
אגב איך האב 2 זיסע ניגונים וואס ראש לימבאו שפילט אייביג ווען ער וויל רעדן וועגן גלאובעל ווארמינג ווער עס וויל עס קען עס בעטן אין אישי אין פראוויידן אן אימייל אדרעסס.
אגב איך האב 2 זיסע ניגונים וואס ראש לימבאו שפילט אייביג ווען ער וויל רעדן וועגן גלאובעל ווארמינג ווער עס וויל עס קען עס בעטן אין אישי אין פראוויידן אן אימייל אדרעסס.
_________________
Stop Hillary Express
וואס מיינט דאס, "איך האלט אז עס איז בעלאני"? איז "ס'איז נישט מסתבר" אביסל בעסער? פאראן מיליאנען מענטשן וואס טענה'ן אז זיי האבן די זאכן געזען און דערפארן.
פסיכאלאגען רעדען אויך פין די שטותים
http://www.wor710.com/episode_download.php?contentType=36&contentId=1231286
כדי צופרידענצושטעלען ביידע צדדים וועלען מיר אננעמען א נייע שיטה, דהיינו:
דאס איז א געוויסע אפאראט פון די אמעריקאנער שפיאנאזש אפטיילונג (און אזוי אויך אנדערע מדינות) וואס עס איז נישט אנטפלעקט געווארען פאר'ן פובליק.
דאס איז די סיבה וואס אלע רעגירונגען דערשטיקען די נייעס.
דאס פארענטפערט אלע קשיות .
די איינציגע פראגע איז נאר "מיר האבען געזען מ ע נט ש ע ן (גרינע, רויטע, וכו' 3 פנים'ער, 4 פנים'ער), נו, אויף די איינע זאך קען מען זאגען פאנטאזיע! סוף כל סוף, רובא דרובא האבען דאך נישט געזען קיין מענטשען!
וואס זאגט איהר צו מיין סברא?
אגב, דער שטערן ברענגט אראפ דעם זוהר הק', דאס איז א חוצפה און עזות שאין כדוגמתו צו נעמען די הייליגע דברי הזוה"ק און מגשם זיין אין די נער'ישע פאנטאזיע !!!
אפילו לפי דבריו, זעהט מען פון זוהר הק' אז ער רעדט דארט פון עולמות שהן כגלדי בצל וואס מיינט זיכער נישט אונזער וועלטעל.