הארץ רייסענדע דרשה פון בלומענפעלד: קומט צום טיש
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2327717
די דרשה פון ר' נפתלי בלומענפעלד
ס'איז נישט צום גלייבן וואס מ'הערט, ווי דער שוואנץ רעדט אזעלכע שוואנצאנעס וואס אפילו אין סקווירא וואלט מען שוין געבראכן...
און דאס איז אלעס ווען ס'איז נישט קיין פארטיי... בחורים דאווענען אין בונקערס? פארוואס? מ'דארף דאווענען אינעם הייליגן רבי'נס ביהמ"ד... מ'דארף קומען צו שלוש סעודות ווייל מ'באכעט אריין מיליאנען...
הערטס ווערטער און דערקוויקטס ענק
עמיצער האט מיר אריינגעשיקט די קליפ איך זאל עס ארויפשטעלן
עס דויערט אביסל לאנג. ביטע אנטשולדיגן
פון ווי האסטו געשאפט די טעיפ?
נפתלי בלומענפעלד האט געווארנט די בחורים מיטן לעבן נישט ארויסצוגעבן די טעיפ
איינער קען עס ביטע ארויף לייגן אויף א האטליין?
ארגינעלער, קענסט עס אפשר ארויף לייגן ערגעץ וואו אונז JNET באנוצער קענען עס אויך זעהן?
זייער אומקלאר די בילדער און די ווערטער.
אויך איז א שטיקעל דאפעלט
ארגיניעלער ישר כוח כקאטשע מיך נאך אלץ פאר געלעכטער כהאב עס שוין געוויזן פאר אפאר פון מיינע מיטארבייטערס כהאב נאר רחמנות אויף די צוויי זאליס דא ביי אונז זיי בייסן זיך די ליפן זיי ווילן צירייסן דעם בלומענפעלד, כ'האב מיך ציגעהערט פון דער זייט ווי איינער זאגט פארן צווייטן, איז ער משוגע אינגאנצן? אזוי מבזה צי זיין דעם רבין? כשעמיך אויפציהייבן דעם קאפ,
אין דער אנדערער ענטפערט "יא טאקע איך האלט שוין לאנג אז דער בלומענפעלד טויג נישט ער איז א סתם א לץ איך גדענק נאך ווען איך בין געווען אין צעירים פאר 10 יאר צירוק, אין די גאנצע דרשה זיינער איז אויך איין שטיק ליצנות פון רבין אויף א שיינעם אופן, אזאנס זאגט מען ברבים? אזוי דארף מען רעדן פרייוועט פון בחור צי בחור נישט ברבים, די קליפ פארט דאך ארום אין די גאנצע וועלט, אנא נוליך את חרפתינו? מען דארף זען פטור צי ווערן פון אים, ער איז נישט קיין געטרייער חסיד פון רבין, זיי האבן געוואלט ווייטער ממשיך זיין אבער זיי האבן באמערקט ווי איך שפיץ מיר אן דער אויער פארשטייענדיק אז איך קוועל פון זייער שמועס האבן זיי אויפגעהערט צי רעדן , א שאד
(זיי ווייסן מיין ניק אין זיי ווייסן אז איך וועל עס באשרייבן, סאו איך שעם מיך נישט פון זיי).
ק א מ א נ ט א ר ע ן . ז ע נ ע נ ע ן . א י ב ע ר י ג
רבותי
ס'קומט בעסערס.
די קליפ פון נעכטן איז א דזשאוק קעגן די געזונטע סחורה וואס קומט... מכם ובכם!
נפתלי בלומענפעלד מאכט א דזשאב פאר דעם שטרויזאק אז עס לאזט זיך נישט באצאלן...
און דאס האבן ארויסגעגעבן נישט קיין אנדערע ווי פראדוקטן פון די הייליגע קווינס ישיבה... מכם ובכם
נאט אייך לאקאלער רב (!) מכם ובכם !
האסט געוואלט האבן א ישיבה, עס'זשע עס... מכם ובכם...
בלומענפעלד דארף אויף א שיינעם וועג אויפגעזאגט ווערן פון די ישיבה, ווייל מיטן פרובירן צו קאנקורירן מיט אהרן'ס טישן און רעביסטעווע, ווייזט אז ער פארשטייט אינגאנצן נישט די קאנצעפט פון די זאלויניס, דאס איז נישט דער יסוד פון די זאלויניס, די זאלויניס חסידות איז געבויט אויף דער נייער קאנצעפט אז דער רבי איז נישט דער קדוש קדוש וואס די חסידים זאלן זיין פרים הנשרפים, דער רבי איז בלויז א וואוילער רעספעקטירטער איד וואס איז עומד בראש החסידות, און איז מאחד תחת קורת גג אחד אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, דער רבי איז בלויז אזוי ווי א פרעזידענט פון א קאמפאני. דאס אז ער פירט נישט קיין גרויסע טישן, (חוץ ווען ס'איז א שאו-דאון), מ'קומט נישט צו זיין שוהל דאווענען איז קיין שום פעלער, ווייל דער רבי איז לעולם נישט דער ראול מאדעל, ער איז בלויז דער ראש החבורה, וואס איז זיך משכנע תחת גדולי הרבנים פונעם דור. און איך האלט אז דאס איז דער געזונטערע און דרך התורה והאמת צו פירן א חסידות בדורות אלו, די אלע בלאפערייען פון אהרן וועט ממילא צובלאזן ווערן איין טאג, אזוי ווי ס'האט פאסירט מיט ר' משה ז"ל, וואס די אהרויניס האבן אויך מיט געוואלד איהם פרובירט צו מאכן פאר א מלאך, און ס'צובלאזן געווארן ווי שטויב.
הרב מאלען
אויב איר קענט אזוי גוט פארזאגן נביאות'ן, אפשר טוסטו מיר א געפעליגקייט, און דו גיסט מיר די נומער פון די קומענדיגע לאטערי ציאונג?
אדער, עטליעסט זאג מיר יעצט, וועלכע סטאק עס וועט זיין א STRONG BUY, מארגן?
נישט איך טראכט אז די ווייסט וואס די רעדסט, ס'איז נאר צו צייגן אז ביי מיסטעיק האטסו נאכנישט ארויסגעלאזט קיין איין תגובה אן עשרה קבים טפשות ורעות רוח.
גוט געזאגט סקאטמאלען
אבער פארוואס איז הגה"ק הרמ"א פריינד אויך ציבלאןז געווארן?
און פארוואס איז דער קלויזנבורגער רבי פארהייליגט?
און פארוואס איז דער דיין ריח"מ פרידמאן געווארן א שמאטע רח"ל?
ארגינעלער, וואס רעדן מן הענין הרי טוב, דיינע פערזענליכע טשעפערייען ווייזט נאר דיין קינדישקייט, און איך איגנאריר עס.
איך בין דא צו האבן א גוד-טיים, נישט זיך צו טשעפען פערזענליך.
פארפאלן, איינס און א גוטס. ער טוט אויס די זאליס נאקעט. זיי האבן נישט דעם צוקונפט, זיי האבן נאר דעם הווה.
און סקאט טייערער, קיין שום חסידות האט נישט געהאט קיין הצלחה אן האבן דעם יוגנט. קוק זיך אום איבער די גאנצע וועלט וועסטו זען.
דער נפתלי לייגט דארט גיט אראף זיינע בחורים
מ'גייט דאווענען של"ש און א קליין לעכיל.. מיט אלע פראסטאקעס... און גלייך ביים זמן לויפט מען נעמען א סיגערעט..
דער בלומענפעלד איז יעצט לכאורה דער אויסגעשפילסטער מענטש אויפן כדור הארץ, הבה נחשוב:
ביי די ארונים איז ער אויסגעשפיגען ווייל סוכ"ס האט ער געבויעט די ישיבה ביים אנהויב.
ביי זאלונים איז ער אויסגעשפיגען, ווי פאלגענד:
ביי די בחורים, ווייל ער ווארפט ארויס די עלטערע בחורים העכער 19-20 יאר אין קיין נארמאלע סיבה, נאר זיך גרינגער צו מאכען, ווי נחום ר"ב שרייט שוין אויפן האטליין.
ביי די עלטערן, ווייל ער האקט אראפ אויף זיי די טעלעפאנען ווען זיי רופען אים צוריקצונעמן זייער עלטערע זוהן, כידוע ליודעים.
און ביי סתם עמך אידען האט ער זיך יעצט פארשווארצט דאס פנים נאכן דרשה (וואס איז אגב נישט די ערשטע אין דעים סארט, נאר די ערשטע וואס איז פארעפענטליך געווארן)
ואנה יוליך את חרפתו?
איין ברירה איז נאך אפשר געבליבן פאר אים:
חזור בך
חזור בך!!!
פארלעסליך
דשאסט טא קערעקט יא
ער ווארפט ארויס ביי די 21
בלומענפעלד האט פארשאפט א שמחת חנוכה פאר די ארונים ברבבותיהם צי ברבבותינו....
דרך אגב אין ''איד'' פון פרשת מקץ אויף די פאדערשטע זייט ליינט זיך ווי פאלגענד: רבבות חסידי סאטמאר ביי געהויבענע סעודת הודאה וכו', טא וועמען וויל בלומענבערג בלאפן אז די זאליס וויסן פונעם פסוק: לא מרובכם מכם וכו'?
תיקון טעות: בלומענפעלד און נישט בלומענבערג
אפשר קען איינער א טובה טון און עס ארויפלייגען לכבוד חנוכה פאר די זשעי. נעט באניצערס?
איך האב געזעהן פרייטאג פאר כ"א כסלו א קווינס בחור רייסן אלע ברבבותינו צעטליך,
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט עס געריסן,
נפתלי האט געזאגט מ'דארף עס נישט האבן.....
עמיצער האט ארויפגעשטעלט נאך א זאפטיגן קליפ פון נפתלי בלומענפעלד'ס ראדני דרשה
http://video.google.com/videoplay?docid=-1070491575748043487
וזאת למודעי:
ס'איז נישט קיין יושר דאס לייגן נאר אויף גוגעל.
ביטע ארויפלייגן אויף צופר אז די וואס האבן דזשעינעט זאל עס אויך קענען הערן.
די בזיונות וואס בלומענפעלד האט זיי אנגעמאכט גרייכט איבעראל.
און מ'גיסט אויס דעם צארן אויף ר' נפתלי'ן, דער מנהל פון די ישיבה וואס האט געהאלטן די דרשה אז יעדער מוז קומען דאווענען אין ראדני, און טאן א טובה פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
ר' ליפא קרויס האט נעכטן ביינאכט באפאלן ר' נפתלי'ן היתכן אז מ'האט ארויסגעגעבן דעם טעיפ.
האט אים ר' נפתלי בלומענפעלד געזאגט:
דו ביסט דער גרעסטער טעראריסט און בלוט צאפער. די האסט מיר געהייסן האלטן די דרשה אז אלע בחורים מוזן קומען צום טיש און אויף די פארענטשעס. און איך האב דיר געגעבן דעם טעיפ כדי דו זאלסט מיר גלייבן אז איך האב געזאגט אלעס וואס די האסט מיר געהייסן.
אויב די האסט נישט געקענט אכטונג געבן אז די טעיפס זאלן נישט ארויסקומען, וואס ווילסטו פון מיר?
_________________
וואס איז דער פעלער אז מ'הייסט די בחורים קומען דאווענען בצוותא חדא?
האלסט אפשר אז אין ישיבה גדולה האלט מען נישט די זעלבע סארט דרשה?
_________________
פיקטשערס, ביסט טאקע נאיוו אדער די מאכסט דיך?
מן הסתם מיינט ער, ווען רבי שלמה רובין לערענט פאר מאור ושמש וואס שטייט דארט אז מען דארף זיין דבוק צום רבי'ן וכו'
קעפ פליען נפתלי האט היינט אינדערפרי ארויסגעווארפן א בחור פין בית המדרש און געזאגט אז ער טוט עס למען ישמעו ויראו למכה מצרים
מען קען דעם בלומנפעלד אויסהערן א מיליאן מאל אין נישט מיעד ווערן איך וייען פאר געלעכטער פין דע נעבעכיגע שוואנצאוועטע
אז רעדט שוין וויל איך פרעגן ווי דאוונעט דער נפתלי אין דושנסקי אדער אין רבין ז"ל שיל
רבותי סווערט בעסער פין מינוט צי מינוט דעם שבת איז נפתלי געוען אין לאנדאן נאך געלט פאר די קווינסער ישיבה נישט מער אין וויינגער ציזאמען מיטן געלן בדחן שבת האט זיך היפש געקאכט קעגן נפתלי ווייל מען איז געוואר געווארן די ביטערע פאקטן אז די בחורים האבן געכאפט אז דער הגז"ל איז א פלענע פאני בלאני אין זיי לאכן פין אים
מוצאי שבת איז געווען א מלוה מלכה דער געלער בדחן מיט נפתלי האבן געוואלט באריגען די געמיטער דער געלער בדחן האט געזאגט בתוך הדברים אז דער ספר קדושת יו"ט איז פאר קליינע קינדער אין נאכדעם האט נפתלי גערעדעט האט ער געזאגט אז שחיטה מינוחת איז טריפה אין די אהרונים האבן עס אופגעמאכט עפ"ל
נאך דע דרשה האט זך אנגעהויבן א כאר מיט קולות פנחס עסטרייכער האט געשריגען מיט א הייזריגע שטימע די גייסט נאך געלט פאר קווינס אין די דרייסט א קאפ מיט שחיטה מינוחת קדושת
יו"ט וואס וואט זיין מיטן הגז"ל די בחורים לאכן פין עם אין פאסטען די נפתלי ביז דער קענסער די ביסט שולדיג ווייל די ביסט א לץ די האסט געלאכט אלע יארן פין כל הקודש יעצט קימסט שרייען לא איכפת מען דאוונעט נישט אין רבינס שיל האט זיך דער געלער אנגעריפן אז די דער טעיפ פין נפתלי איז שקר וכזב אין אלע בחורים קימען יעדע וואך צים טיש