היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער דזשאוק פון די וואך

דער דזשאוק פון די וואך

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2326964

דוד46 » 10/12/2007 00:30

איך לייג דא ארויף דעם בריוו וואס די ארבעה בנים האבן פארעפנטליכט אין בלאט די וואך, וואס איז דער דזשאוק פון די וואך! לייענט און האט הנאה!
[בילד – נישט אפגעהיט]

glickman » 10/12/2007 05:21

בוצע ברך נאץ ה'

ארגינעלער » 10/12/2007 06:32

דער גרעסטער זשואק איז די קויפסט דעם בלאט אין ליינעט עס אין לייגסט אויפן פארום  א ריכטיגען לדוד בשנותו את טעמו

דוד46 » 10/12/2007 18:22

איך האב  נאך ב"ה נישט געקויפט און געצאלט א פעני פאר'ן בלאט,

אויב דארף איך עפעס האבן דערפון האב איך עס אומזיסט!

גוטזאגער » 10/12/2007 18:43

ס'איז טאקע די דזשאוק פון די וואך.

אבער לאכן אויף די דזשאוק וועלן די ארונים... ובית החיים יוכיח

דוד46 » 10/12/2007 18:50

קענסט לאכן, ובית החיים יוכיח!

געדענקט כ'האב דיך געווארענט, זאלסט נישט האבן שפעטער קיין טענות! 

סעדער » 10/12/2007 19:02

זאג נאר רבי דוד!

צינדט דיין קדוש אינעם ברך משה'ס מנורה?

דאס איז דאך לכאורא קלאר א ירושה, וואס קומט זיך אלע קינדער אייניג אדער כאטש די בנים

קענסט מיר זאגן א קלארן לאגישן הסבר, וואס די דיינים האבן מכלומר'שט מברר געווען.


דוד46 » 10/12/2007 19:46

פרעג ר' ז. ל. ווירצבערגער וואס פאר א מנורה ער האט געזען פאריגן מוצאי שבת ביים ליכט צינדן פון סאטמארער רבי'ן שליט"א אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד, אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האבן געצונדן חנוכה ליכט!

גוטזאגער » 10/12/2007 19:59

צינדן מיין איך קען ער דארט
ליגן וועט ער נישט דארט

דוד46 » 10/12/2007 20:17

א פלא!

גענוי פאר 8 יאר צוריק האב איך געהערט אז ווארטס נאר, דער רבי (זצ"ל) וועט פארן קיין פלארידע וועט מען אים דעם ערשטן שבת ארויסטראגן פון שוהל.

עס איז דורך איין שבת, צוויי  שבתים, אפאר חדשים, ענדליך שוין א יאר, און ער זיצט נאך אויף יענעם זעלבן פלאץ, הערט מען כסדר א פרישע לאזונג, נאך אביסל...

גענוי מיט 6 יאר צוריק שבת חנוכה ווען דיין רבי איז אריינגעקומען אויף שבת צו מאכן לעבעדיג, און אנשטאט ארויסצוטראגן זיין ברודער האט מען אים פשוט ארויסגעיאגט אזוי ווייט אז אפילו זיין שטריימל איז געפלויגן... און זייט דעמאלסט איז ער שוין נישט געקומען אויף קיין שבת אין גרויסן ביהמ"ד סיידן די צווייטע טעג ווען ער האט געברענגט מיט זיך מאסן גסות...

אינצווישן האט מען כסדר געהערט פרישע לאזונגען, אז דער מיט'ן שווארצן כאלאטל וועט אים ארויסטראגן, אבער אלעס בלייבט ביים אלטן.

ענדליך איז געקומען א פרישע לאזונג, אז כ"ז אב וועט מען אים ארויסטראגן... איז געקומען כ"ו ניסן און דערווייל אלעס ביים אלטן.

יעצט איז געקומען די לאזונג, נו דער אפעלעט וועט אים ארויסטראגן... אבער אליעס בלייבט ביים אלטן.

דערנאך האט מען געזונגען דעם ניגון דער קאורט אוו אפיעלס וועט מאכן סדר און אים ארויסטראגן... אבער אויך זיי זאגן א גרויסן לא...!

ביז מען איז אנגעקומען צום לעצטן מיטל אויסצושרייען מיט א פארצווייפלטע שטימע.... ג-נ-י-ב-ה... 

סקאטמאלען » 10/12/2007 20:21

גניבה האט מען אלס געשריגן, זיי האבן נאר פרובירט עס צוריקצובאקומען אן ערפאלג.

_________________

בערל550 » 10/12/2007 22:01

הייסט דאס מאכט דיך מיט דיין שטריק אויס גנב?

דוד46 » 10/12/2007 22:48

מוזט אבער מודה זיין אז ... די גניבה איז געלונגען...

סעדער » 10/12/2007 23:03

זאג נאר רבי דוד!

צינדט דיין קדוש אינעם ברך משה'ס מנורה?

דאס איז דאך לכאורא קלאר א ירושה, וואס קומט זיך אלע קינדער אייניג אדער כאטש די בנים

קענסט מיר זאגן א קלארן לאגישן הסבר, וואס די דיינים האבן מכלומר'שט מברר געווען.

מ'שמועסט אז היינט נאכט בארגט ער דאס פאר מאניסער רבי'ן.

בערל550 » 10/12/2007 23:17

יא איך בין מודה....

די גניבה איז סאו פאר געלונגען!!!!

יעצט ווערסטו און דיין שטרעק יא אויס גנב?

דוד46 » 10/12/2007 23:42

ביזט אבער מודה אז עס איז געלונגען...

לאמיר אלע זאגן הויעך: די גניבה איז געלונגען...

בערל550 » 10/12/2007 23:53

יעצט ווערסטו און דיין שטריק שוין יא אויס גנב?

דוד46 » 11/12/2007 01:04

דער גרויסער מאנראוער האט געהאט גרייט א דרשה איבער דעם נושא, אבער זיין גבאי פישער האט דאס גונז געווען

בערל550 » 11/12/2007 01:15

איך וויל נישט איבערפרעגען צו דעיס מאכט דיך און דיין שטריק יא אויס גנב, ווייל איך ווייס אז די האסט נישט קיין ענטפער,
בעסער געזאגט, די ווייסט אויך דעם ענטפער...

דוד46 » 11/12/2007 18:38

פארוואס האט דיין גרויסער מאנראוער נישט פאררופן אט מיטינג אין בונקער פונקט ווי ער האט געטאן מיטוואך נאכט בהעלותך י"ט סיון און דערקלערט "פלניא גלזנא"?...