היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מצה גזולה-סוכה גזולה-ספרי תורה גזולים,איז דא א רב וואס זאגט ...

מצה גזולה-סוכה גזולה-ספרי תורה גזולים,איז דא א רב וואס זאגט ...

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2326008

glickman » 7/12/2007 20:55

מצה גזולה-סוכה גזולה-ספרי תורה גזולים,איז דא א רב וואס זאגט אז מען איז יוצא מיט דעם?
מצה גזולה-סוכה גזולה-ספרי תורה גזולים,איז דא א רב וואס זאגט אז מען איז יוצא מיט דעם?

קריאת פרשת זכור? וכולי

SIM89 » 9/12/2007 14:19

בשלמא סוכה גזוןלה אין ס"ת גזולים פארשטיי איך. אבער וואו אזוי ווערט די מצה א מצה גזולה? מצה גזולה איז נאר ווען די מעהל איז גזול, נישט ווען די אויבן איז גזול.

ארגינעלער » 9/12/2007 16:21

דע שאלה דארף יעדער זיך פרגען אין יעדן ערליכען זאלי  וואלט רבינו הקדוש זי"ע געגעסן פון דו מצוות ???   און זעלבע יעדן פרמדען מענעטש ? אן וצי דיר סים89 אזעלכע שטותים און שאץ איז געווען דו זעלעבע מעשה און קיינער האט נישט געגעסן פין דו מצות ביז מכון הראה האט געפסקט איו קיינער האט נישט געפרגעט איבער דו מעהל

דוד46 » 10/12/2007 00:22

ביזט אן "ארגינעלער" אהרוני!

ֿוואלט רבינו הקדוש זי"ע יעצט געווען בתוכינו וואלט ער דיין רבי פשוט פארווארפן צו די הרי חושך פאר'ן נוצן זיין הייליגן נאמען פאר זיינע אייגענע עגאָאיסטישע אינטערעסן!

ארגינעלער » 11/12/2007 02:24

האט שוין די הייליגע לישקע ארויס געגעבן עפעס לצינות בריוועל

ארגינעלער » 13/12/2007 06:30

סטיעטמענט  הרה"ג זלמן לייב פילעפף האט היינט געזאגט פאר י. שלעיזנגער פין  זופינק אז דע שאלה דארף מען מברר זיין

חייםחייקל » 13/12/2007 07:04

די שאלה האט זיך נאך אנגעהויבן משנת תשמ"א אין קרית יואל.

עס איז נאר יעצט אויפגעברענט געווארן "צוליב געוויסע סיבות"

hungarian » 13/12/2007 17:19

חיים חייקל שרייב נישט קיין האלבע זאכן - דערצייל אלעס פונקטליך שעם זיך נישט - ווער האט געגזל'ט נכסים פון וועם אין תשמ"א?  האט דער נגזל גערופן דעם גזלן צו דין תורה? - אויב יא וואס האט בית דין געפסקנט?

_________________

ביבער » 13/12/2007 19:49

עס איז נאר יעצט אויפגעברענט געווארן "צוליב געוויסע סיבות"


אדער צוליב אהבה מסתרת

דוד46 » 14/12/2007 01:30

די ערטשע שאלה וואס יעדער סאטמארער חסיד דארף זיך פרעגן: צי וואלט רבינו הקדוש זי"ע געוואלט אז דער גרויסער מאנרוער זאל זיין סאטמארער רבי!

ווען מען פרעגט די זקני החסידים (אפילו אהרונים) זאגן זיי נישט אז יא...  זיי פרובירן צו דרייען אהער און אהין...

בשמחה_תמיד » 14/12/2007 02:05

שורשנגח:

נעכטען האט דער שארמשער רב אפגעשטאט א באזוך ביי הגאון הגדול דמו" ץ קרית יואל שליט"א דער דיין האט אים גאנץ פריינדליך אויפגענומען אין נאך אפאר מינוט שמיסען האט אים דער דיין געפרעגט צי וואס ער אי געקימען האט ער געזאגט אז מען האט געשיקט רעדן צים דיין וועגן די סקאנדעל פין מצה גזולה אז דער דיין זאל רעדן צי קהל אז מען זאל עס דערווייל אפלאזען דער דיין האט לכתיחלה זיך געזיכעט ארויס צי  דרייען פין דעם געשעפט אבער היות דער שארמאשער האט נישט נאכגעלאזעט האט אים דיין קורץ אין בריעפלעך געזאגט לו יציור זיי זאלן נאר האבן איין פראצענט שאנס אז סאיז זייערס איז א הארבע שאלה אין גנבה אין נאכדערצי ביי אכילת מצה וואס סאיז א דארייתא ממילא ביז מען שטעלט זיך נשט צי קיין דין תורה איז א שאלה אין גנבה

דוד46:

שור'ל

ביזט א געטרייער פערד פאר דיין גרויסן מאנראוער

דו ארבעטס פשוט אווערטיים אין די נייע מצה בעקעריי...

ביזט א גוטער בעקער...

שורשנגח » 14/12/2007 02:09

דודל האט זיך גענימען טאנצען יא יא סאיז פארוואס אבער דער שארמשער טאנצעט שוין א וואך

דוד46 » 14/12/2007 02:11

ארבעט שווער אקסל..

א בעקער בלייב א בעקער...

שורשנגח » 14/12/2007 02:16

דוד וועסט קויפען כשרע מצות וועסטו נישט דארפען פלאקרען

דוד46 » 14/12/2007 02:22

דיין גרויסער מאנראוער פלאקערט ווי א קוימען...

ער שלאפט נישט קיין נעכט פון זיין מעכטיגן דורכפאל!

זעקס יאר זיך פארשמירט מיט ערכאות און צום סוף טראך, אזא פאטש וואס קלינגט נאך יעצט אין זיין אויער...

ארבעט שווער שור

באק און באק, אבי זאלסט צופרידנשטעלן דעם פירער...

א בעקער בלייבט א בעקער...

ביבער » 14/12/2007 02:23

דוד איך קען מיך נישט אפוירדען אז די זאל מיר יעצט ווערן א שונא פארן שארמאשער זאשסט פאר ער וויל עסן כשרע מצות אן קיין שאלות

דוד46 » 14/12/2007 02:28

דער בעקער ארבעט שווער...
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 14/12/2007 02:31

טאמער האט זיך איינער איינגערעדט אז דער אמת שטעכט זאל וויסן אז סאיז שקר נישט סשטעכט נאר סהארגעט גאר    דוד יוכוח ער טאנצעט  ווי קאטער א נחת צי קוקן  אין דאס איז שוין מיטן געווינען

ארגינעלער » 14/12/2007 02:33

איךהאף אז דער פיקטשער איז נישט אין די געגזלטע בעקעריי

קושקע » 14/12/2007 02:36

בבלי סנהדרין ו:
ר' אליעזר אומר הרי שגזל סאה של חטים וטחנה ואפאה והפריש ממנה חלה כיצד מברך אין זה מברך אלא מנאץ ועל זה נאמר ובוצע ברך נאץ ה'.

ירושלמי שבת דף עב: פרק יג הלכה ג
מצה גזולה אינו יוצא בה ידי חובתו בפסח. אמר לון תמן גופה עבירה.  ברם הכא הוא עבר עבירה.  כך אני אומר הוציא מצה מרשות היחיד לרשות הרבים אינו יוצא בה ידי חובתו בפסח.  תני מצה גזולה אסור לברך עליה.  אמר רב הושעיה על שם (תהילים י) ובוצע ברך נאץ ה'.  אמר ר' יונה הדא דאת אמר בתחילה אבל בסוף לא דמים הוא חייב לו.  רבי יונה אמר אין עבירה מצוה.  רבי יוסה אומר אין מצוה עבירה.  א"ר אילא (ויקרא כז) אלה המצות אם עשיתן כמצוותן הן מצות ואם לאו אין מצות

ירושלמי חלה דף ט. פרק א הלכה ה
תני מצה גזולה אסור לברך עליה.  א"ר הושעיא על שם (תהילים י) ובוצע ברך ניאץ ה'.  א"ר יונה הדא דתימא בתחילה אבל בסוף לא דמים הוא חייב לו.  רבי יונה אמר אין עבירה מצוה.  רבי יוסי אמר אין מצוה עבירה.  א"ר הילא אלה המצות אם עשיתן כמצותן הן מצות ואם לאו אינן מצות

רמב"ם הלכות חמץ ומצה פרק ז דין ז:
אין אדם יוצא ידי חובתו במצה שהיא אסורה לו, כגון שאכל טבל, או מעשר ראשון שלא ניטלה תרומתו, או שגזלה. זה הכלל: כל שמברכין עליו ברכת המזון – יצא בו ידי חובתו. וכל שאין מברכין עליו ברכת המזון – אינו יוצא בו ידי חובתו.

דוד46 » 14/12/2007 02:41

דאס איז פון די אהרונישע בעקעריי

דוד46 » 14/12/2007 02:42

מעגליך איז עס גאר שורשנגח...

קושקע » 14/12/2007 02:47

איינער וואס איז נישט קיין עקסטרעמע זאלי און האט נישט אן קיין זאלי ברילן וואס מאכן איהם בלינד מחמת מלחמת הקליפה נגד אהרן ט"ב, האט נישט קיין שום סיבה בעולם זיך אריינצילאזן אין ערענסטע שאלות און מעגליך מבטל זיין די אייציגע מצוות אכילה מדאורייתא בזמן הזה, ביים הייליגן סדר נאכט.

ארגינעלער » 14/12/2007 02:54

איך האב באשלאסען אז דוד וועט יא האבן כשרע מצות דעס יאר  ער ברענט צי שטארק סלויט אים נישט קיין מנוחה  סנאקט אים צי שטארק אין איך האף אז שארמשער וועט אויך האבן  סהייסט ער איז א תלמוד חכם  ונזכה ונחיה

ערליכעאיד » 14/12/2007 02:54

קושקע טייערע אפשר ביזטו מסביר פאר א "ערליכע איד" מיט וואס איז דא שייך גזולה?
דער זעלבע קהל וואס האט באצאלט פאר די ווייץ/מעיל דער זעלבע קהל באקומט באצאלט פאר די מצות...

אפשר ביזטו שיינערהייט מסביר ווי קומט דא בכלל אריין מצה גזולה?


געדאנקען » 14/12/2007 02:57

איך האב שוין געשריבן אין אנדערער אשכול אז דאס איז נישט קיין שאלה, און איך וועל נאכמאל איבערשרייבן די ראשי קהילה זענען נישט קיין ב"ב אויף די קהילה זיי זענען נאר די אנפירער.

איינער וויל אנהייבן צו רעדן צו דער זאך אדער סתם ווארפן זאמד אין די אויגן!

קושקע » 14/12/2007 03:07

יעדער מצה וואס ווערט פראדוצירט אין דעם בעקעריי באלאנגט פארן קהל יטב לב ד'סאטמאר, און אויב א פרעמדער גנב פארכאפט די בעקעריי אין פראדוצירט אליינס מצות איז די מצה קלאר מצה גזולה, אזוי איז געווען ביי די שאצער מצוות, און דורכאויס די היסטאריע פון אידישקייט, איז אזא אופן קלאר געווען פארעכנט אלס מצה גזולה.

און אפי' לו יצויר אויב מ'זאל זיך ווען שטעלן צו א בי"ד כשר וואלטן די זאליס געווינען, איז נאך אלס כל זמן דו ביסט זיך משתמט פון צו קומען פאר א בי"ד כשר, און די ביסט דער מעכב פון די"ת, איז עס "וודאי" גזולה.

אלנספאל, איינער וואס איז אזא גרויסע מדקדק במצוות אז ער וועט נישט עסן קיין לעברעטארי גלוטין ווייץ, טראץ עס ווערט נישט דערמאנט אפי' ברמז קל אין קיין שום פוסק, נאר וועגן חדש אסור מן התורה, דארף אוודאי אוודאי חושש זיין אויף א זאך וואס שטייט אין גמרא, רמב"ם ראשונים.

קושקע » 14/12/2007 03:15

איינער וואס עסט איז די בראדוועי מצות:

מבטל מצוות אכילת מצה בליל הסדר

טאר נישט מאכן קיין המוציא אין זאגן ברכות המזון א גאנץ פסח.

און ואל כולם א מסייע לידי עוברי עבירה בגניבה וגזילה.

געדאנקען » 14/12/2007 03:31

קושקע, די פארדרייעסט די פאקטן דא האט נישט קיין פרעמדער גנב פארכאפט די בעקעריי, די גאנצע זאך דא, אז עס איז דא א טייל ראשי קהילה וואס מען אפשר ארויס געווארפן שלא ביושר פון אנפירן די קהילה, די ארבייטער און די בעקעריי זענען די זעלבע אין דער פראפיט גייט פאר דעם זעלבן צוועק, וואס האט זיך געטוישט אז עס פעלן א פאר "אנפירער" "איבערקוקער" פון די טאטע קאמפעני "קהל יטב לב".

איך פארשטיי אז די ווילסט מיט אלע קאסטען אריין ווארפן א "פלאקען", איך בין מסכים מיט דיר, נאר די מוזט רעדן צום דבר.

געגאנגען » 14/12/2007 04:41

כ'על עס מאכן בקיצור.

ס'לאזט זיך דינגען אויב מ'איז נישט יוצא בדיעבד די מצוה פון אכילת מצה אלס דער דין פון "מצה גזולה". די עיקר גזילה איז א "מניעת הריוח" פון דעם [קליינעם] טייל פון די פראצענטן וואס די ראזענבערג משפחה פלעגט אראפגעבן אלע יארן פאר די הנהלת הקהילה, און ס'לאזט זיך דן זיין אויב די דאזיגע גזילה גייט אריבער צום קויפער (ס'נעמט פארט גארנישט אוועק פון די עצם גזילה אויף וואס די רויבער וועלן אפגעבן דין וחשבון ווען משיח וועט קומען). אבער דאס איז קלאר אז מ'קען אויף די מצות קיין ברכה נישט מאכן, ווייל דער דין פון "בוצע ברך נאץ השם" גייט אן אפילו אויב ס'איז נישט ממש גזילה (ביים קויפער).

די ליצני הדור קענען אפשפעטן דערפון וויפיל זיי ווילן, פונקט ווי זיי טוען מיט יעדע הלכה און דין תורה וואס שטייט זיי אין וועג, אבער א אמת'ער ירא שמים וועט זיכער מאכן אז ער האט מצות וואס זענען כשר צו מאכן דערויף א ברכה, און זענען אויסגעהאלטן לכתחילה פאר די איינציגע מצות אכילה וואס איז נאך א דאורייתא בזמן הזה!

קושקע » 14/12/2007 05:48

דא איז די מקור מיט אלע שיטות הראשונים.

ערוך השלחן או"ח סי' תנ"ד

ח. אין אדם יוצא ידי חובתו במצה גזולה. וזה לשון הרמב"ם בפרק שביעי דין ז: אין אדם יוצא ידי חובתו במצה שהיא אסורה לו, כגון שאכל טבל, או מעשר ראשון שלא ניטלה תרומתו, או שגזלה. זה הכלל: כל שמברכין עליו ברכת המזון – יצא בו ידי חובתו. וכל שאין מברכין עליו ברכת המזון – אינו יוצא בו ידי חובתו. עד כאן לשונו. והרא"ש בפרק "כל שעה" (סימן יח) כתב גם כן דאינו יוצא במצה גזולה, משום דאינו "שלכם". דמצה ילפינן מחלה בגמרא (לה ב) דבעינן משלכם, עיין שם. אבל שאולה – חשיב שפיר "שלכם", ויוצא בו (ט"ז סעיף קטן ג). וגם בגזולה: דווקא כשגזל מצה. אבל אם גזל חטים או קמח ועשאו מצה – יצא בה ידי חובתו, שהרי קנאה בשינוי, ודמים לבד הוא חייב לו. וזהו לטעם הרא"ש משום "לכם".

ט. אבל להרמב"ם שתלה הטעם משום ברכה, ולפי מה דקיימא לן לקמן סימן תרמ"ט לענין לולב דאפילו אם קנאו בשינוי לא יברך עליו – אם כן הכא נמי לא יצא חובת מצה להרמב"ם. ויש מי שמחלק בין שינוי השם לשינוי מעשה, ואינו עיקר (ח"י סעיף קטן ו). וכן מוכח בתוספות בכמה מקומות. ואין לומר דברכת המזון שהוא דאורייתא – צריך לברך, דהרי הרמב"ם פסק מפורש בסוף פרק ראשון מברכות דאין מברכין ברכת המזון על דבר איסור. והרא"ש חולק עליו, וכמו שכתבתי בסימן קצו. ולכן תמיהני על רבינו הבית יוסף, שבשם פסק כרהמב"ם, וכאן פסק כהרא"ש. מיהו גם המגיד משנה כתב דבשינוי – יוצא ידי חובתו, ומשמע דגם להרמב"ם כן, עיין שם. וצריך עיון (ועיין מגן אברהם שם סעיף קטן א).

י. ולכאורה למה לא אמרו רבותינו הטעם משום "מצוה הבאה בעבירה"? אך נראה משום דסבירא להו דמצוה הבאה בעבירה אינו אלא דרבנן, ויש בזה דעות בראשונים (תוספות סוכה ט א). ובירושלמי פרק ראשון דחלה (הלכה ט [ה]) אומר: מצה גזולה – אסור לברך עליה. אמר רבי אושעיא: על שם שנאמר "ובוצע ברך נאץ ה'". הדא דתימא בתחילה, אבל בסוף – דמים הוא דחייב ליה. ופירש הרא"ש שם דהכוונה לכתחילה ודיעבד, דבדיעבד יוצא בגזולה. והמגיד משנה פירש דבסוף פירושו על ידי שינוי, עיין שם. ולעניות דעתי נראה ד"בתחילה" היא ברכה ראשונה, שעדיין בידו להחזיר. ו"בסוף" היא ברכת המזון שכבר אכלה, וחייב לו דמים. ולכן מברך, דמאי דהוה – הוה.

יא. ואחר כך אומר הירושלמי: רבי אומר: אין עבירה – מצוה. רבי יוסי אומר: אין מצוה – עבירה. אמר רבי אילא: אלה המצות אם עשאן כמצותן – מצוה, ואם לאו – אינה מצוה. עד כאן לשונו. וכתב הרא"ש: ואפשר דהני אמוראי פליגי, ואית להו כיון דלא עשאן כמצותן – אינה מצוה, ואינו יוצא ידי חובתו. עד כאן לשונו. וטעמם משום מצוה הבאה בעבירה, אלא שאומרים בלשונות שונות. ולפי זה משמע דמצוה הבאה בעבירה הוי דאורייתא.

לויט די רמב"ם אין די ירושלמי איז די גאנצע טעם פון מצה גזולה נאר ווייל מ'קען נישט מאכן א ברכה, ווייל אין עבירה מצוה, לויט זיי איז עס גזולה בכל אופן.

אלנספאל, די לצים וועלן סיי ווי אלס מאכן לצנות, סיי וועלן עסן רעגנדיג ווייץ, מצה גזולה, פינקל פלייש, דאווענען און א ביהמ"ד גזול וואס די קב הישר זאגט אז די תפילות גייען צו די ס"א רח"ל, און עס מטהר זיין בקן טעמים מיט זייער לצנות, און מיר נאכן באגזלט ווערן פון אונזערע אויסגעהארעוועטע נכסים, וועל מיר זיך מנחם זיין, אז לכה"פ מ'זעמיר יוצא מצוות אכילות מצה כהלכה, מצוה סוכה כהלכה, אונזערע תפילות וועלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

קושקע » 14/12/2007 05:49

קרעדיט: ויקיטקסט

געדאנקען » 14/12/2007 06:31

איך בין שוין 100% איבערצייגט אז מצה גזולה איז א גרויסער פראבלעם, אבער אז די ווילימאסבורגער מצות זענען מצות גזולה דאס בין איך ביזדערווייל 0% איבערצייגט.

ביבער » 14/12/2007 07:07

געדנקען איך פאר האב דיר נייעס די ביסט בכלל נישט איבערצייגט אז מצה גזולה איז  פראבלעם  יא שארמאשער רב ווייסט סאיז ווייסט אז מצה גזולה איז פראבלעם אבער נישט די

NYPD » 14/12/2007 10:09

צו פרעמדע וועלן זיך אפהאלטן פון עסן די מצות איז בכלל נישט נוגע, אבער א חיוב מחאה איז דא להסיר מכשול,

מה_טובו » 14/12/2007 15:16

געדאנקען
איי עם סארי...
דיר קען מען דאס נישט איבערצייגען.
ווייל דיין פארשטאפטער זאלי קאפ וועט דאס קיינמאל נישט וועלן פארשטיין.

glickman » 16/12/2007 02:02

קהל'ס טאש פילט דאס שוין גוט ווען די לעיקוואדער און די בריסקער מצה ארדער'ס זענען געמאכט געווארן נישט ביי דוד ראזנבערג