היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היכי דמי היפאקריט?

היכי דמי היפאקריט?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2325210

גוטזאגער » 6/12/2007 08:05

היינט האט מיר עמיצער אנגעצינדן א טעיפ פון די דרשה פונעם נועם המידות, וואס ער האט געהאלטן כ"א כסלו.

הער איך דארט ווי ער איז מסביר במתק לשונו, אז אפילו די 5 גוי'ישע שופטים האבן איינגעזען אז די קהילה דארף געפירט ווערן דורך די תורה הקדושה און וואסערע שרעקליכע חילול השם אז מ'איז געגאנגען אין קאורט.

ווי נאר איך הער דעם שיינעם פשעטל, פרעג איך דעם זאלי וואס האט מיר געלאזט הערן:
זאג נאר: אויב פארשטייט יעדער אז די גוי'אישע שופטים טארן נישט דן זיין איבער די קהילה, פארוואס גייט עטס אין קאורט אין בארא פארק?

פארוואס גייט עטץ אין קאורט אין בני ברק, ביי די ציוניסטישע שופטים?
פארוואס האט עטס געפענט פרישע קלאגעס ביי ריכטער שעק (ע"ה)?
פארוואס זענט עטס געגאנגען אין קאורט מיט מסירה קעגן א יונגערמאן כ"ץ פון די מקוה?

יענער הייבט מיר אן ענטפערן... מיר האבן א היתר פון א בית דין צו גיין אין קאורט....

ביי עזריאל יודא כ"ץ האט מען געהאט א היתר
אין בארא פארק אין קאורט א היתר
אין בני ברק ביי די ציונים א היתר
ביי ריכטער שעק, א היתר..

אבער געוואלד, פרעג איך ווייטער:
דיין נועם המידות זאגט דאך קלאר וואסערע חילול השם ס'איז, און אז 5 גוי'ישע ריכטער פארשטייען אויך אזוי...
וואס פארשטייען זיי יעצט... אז יעצט מעג מען גיין אין קאורט? יעצט איז שוין נישטא קיין תורה, יעצט איז שוין נישט דא קיין הנהגת התורה?

קיין תירוץ האב איך נישט באקומען פון אים. נישט אז כ'האב געקלערט אז יא.

_________________

בערל550 » 6/12/2007 15:26

דער רז"ל וועט אפילו רעדן פון טינופות אבי מ'זאל רעדן פון אים.

סארי זאלי'ס....
אונז זעמיר נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער זאגט, אפילו ער זאגט עפעס וואס עטץ וואלטס שוין געמאכט דערפון מטעמים ווען מיין רבי זאגט עס וועין.


ראנג אדרעס