היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » חנוכה אין סאטמאר

חנוכה אין סאטמאר

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2324858

שקל_שלם » 5/12/2007 15:28

נעכטן האט זיך אנגעהויבן די געהויבענע חנוכה טעג אין סאטמאר, וואס וועלן מסתם ווי אלע יארן זיין א קייט פון געהויבנקייט.

די רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין קר"י ארום 9 אזייגער, און אנגעהויבן די תורה ארום האלב צען וואס האט גענומען בערך א האלבע שעה. סאיז געווען א מוראדיג שיינע תורה א הערליכע טיפע פשעטל געבויט אויף א נתיבות וועגן קנין חצר. כוועל בל"נ שפעטער דא שרייבן.

אינטערסאנט » 5/12/2007 19:01




[בילד – נישט אפגעהיט] 
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי אינטערסאנט ב- 05/12/2007 19:01:43

אינטערסאנט » 5/12/2007 19:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

אינטערסאנט » 5/12/2007 20:17

איך זיך א גרינגע וועג צוצולייגן מיין נאמען אויף די פיקטשערס
אז מען זאל וויסן פון וועם עס קומט
אויב איינער האט זאל מיר ביטע שרייבן

חיים_נחום » 7/12/2007 18:21

ווי איך הער האט די רבי נעכטן געזאגט א געוואלדיגע תורה, דער עולם איז אינטערגעשפרינגן.

ווער עס קען זאל ברענגן פרטים.

ווי אויך בילדער ביטע.

SIM89 » 9/12/2007 14:09

קיינער האט נאכנישט עקלערט פארוואס צינדט דער רבי שליט"א העכער פון צען טפחים

hotwire » 9/12/2007 16:32

לפי שיטת כמה פוסקים הנרות לא צריך להיות למטה מעשרה

רבי_יונה » 9/12/2007 18:52

האטווייער, עס איז א שאד זיך אריינצולאזן אין דעם פלפול, וואס דו קענסט טרעפן מער ווי גענוג הוכחות פון פוסקים, ראיות און שיטות אז עס מוז נישט זיין למטה מעשרה טפחים. עס איז אפילו דא איין ענין עס זאל זיין דוקא למעלה מעשרה טפחים, צווישן צען און אכצן טפחים, עיין בהפוסקים, שולחן ערוך, באר היטב ומשנה ברורה.
די הויפט זאך דא איז וואס מען דרייט א קאפ דא און מען כאפט זיך נישט אז דער עיקר איז אז דער "ירך המנורה" זאל ליגן למטה מעשרה טפחים. אויב נישט, צינדן רוב רבי'ס נישט למטה מעשרה טפחים, חוץ די רביס וואס האבן די אנדערע סארט מנורות אן קיין רערן, נאר מיט א זילבערנע וואנט.
עס שטייט אין איינע פון די פוסקים (איך געדענק נישט כעת דעם נאמען) אז די מנורה זאל שטיין צווישן 7 און 10 טפחים. עס זאל נישט זיין נידעריגער פון 7. נו, לויט דעם קומט כמעט נישט אויס מען זאל צינדן אונטער צען? אלא מאי, מען רעדט פונעם ירך המנורה, ודי בזה.
 

זרחי » 9/12/2007 20:16


המנורה היתה עומדת על ספסל קטן באופן שירך המנורה היתה למטה מעשרה טפחים, אמנם הנרות עצמם הגיעו למעלה מיו"ד טפחים (ופעם אחת שאלו רב א' על כך, השיבו שכן ראה אצל אביו הקדושת יו"ט זצ"ל)

זמירות דברי יואל לחנוכה (אות ד')

ושם בהערה ד', כמה מקורות לכך

אינטערסאנט » 10/12/2007 05:11

מען קען בערן א לייוו האקאפ א יעדע נאכט אויף קול סאטמאר 718-305-6942 נאכדעם 8 און 1
אדער קול מבשר 212-444-1100

(קיינמאל נישט צו שפעט)

SIM89 » 11/12/2007 20:17

יישר כח זרחי

חיים_נחום » 12/12/2007 22:50

א קליפ פון ליל ג' דחנוכה אין בית המדרש הגדול קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג.

ביטע ווער עס קען זאל עס לייגן אויף אן אופן אז די JNET באנוצער זאלן קענען הנאה האבן.

http://video.google.com/videoplay?docid=2003193937195209031&q=satmar&total=751&start=0&num=10&so=1&type=search&plindex=0