היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' עזריאל גליק: מיר וועלן נישט לאזן מיעל מארט טוישן סדר השחי...

ר' עזריאל גליק: מיר וועלן נישט לאזן מיעל מארט טוישן סדר השחי...

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2323310

גוטזאגער » 3/12/2007 08:15

ר' עזריאל גליק: מיר וועלן נישט לאזן מיעל מארט טוישן סדר השחיטה

ווי עס קוקט אויס האבן די פירער פון מהרז"ל פארטיי אנגעהויבן שפירן דעם דרוק פון די כ"א כסלו דרשה, איבער די נייע חומרות והידורים וואס סאטמערער רבי שליט"א האט אנאנסירט וואס וועט אי"ה איינגעשטעלט ווערן ביי די שחיטה פון גסות, וואס אנשפרעכט צו זיין א רעוואלוציע בעולם הכשרות.

הרז"ל האט דריגענד פארריפן א וויכטיגע זיצונג מיט די דיינים, דער דיין ריח"מ איז נישט געקומען. די אנדערע דריי פיליאפף און וויינבערגער מיט רח"ד כ"ץ זענען געקומען.

דארט איז שוין געווען הרב עזריאל גליק, לאנג יעריגער איינגעשטעלטער ביי UTA און אויפן פעיראלל פון מיעל מארט פאר די לעצטע 50 יאר כולם שוים לטובה.

ר' עזריאל האט אראפגעלייגט פאר די רבנים די הארבקייט פון די נייע טוישונגען וואסערע שרעקליכע מכשולות דאס קען רח"ל ברענגען און אז דאס אוועקגיין פון די מסורה איז א עון פלילי און דארף גאר שארף בקעמפט ווערן.

רח"ד כ"ץ האט געזאגט אז ער האט באקומען א הבטחה פון מיעל מארט אז זיי גייען נישט מאכן קיין שום טויש - הרז"ל האט אבער אויסגעדריקט זארג אז ווי מען הערט זענען די וויינשטאק ברידער געווען אין זאל בשעת מ'האט גערעדט פון די שחיטה, און דאס קען אויסגעטייטשט ווערן אז זיי וועלן זיך יא ברעכן. אלזא אין אין פאל וועלן זיי אראפשטעלן א פוס, און ווארענען מיעל מארט, אדער מיט אונז אדער מיט זיי, און ער האט אויפגעפאדערט ר' עזריאל שליט"א אז ער זאל ווי אמשנעלסטן איבערגעבן דעם פארארדענונג פאר די פירער פון מיעל מארט, אז זיי שפילן זיך מיט פייער, און דאס וועט נישט טאלערירט ווערן.

פון די עסקנים וועלכע זענען משקיע גרויסע כוחות אין די נייע שחיטה, הערט מען אז מיעל מארט איז למעשה א 30 פראצענט שותף אין די נייע פלענט, און אפילו מיעל מארט וועט זיך ארויסציען - א זאך וואס איז גאנץ מעגליך - וועט די מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות ווייטער אנגיין, נאר מיעל מארט וועט ארויספאלן.

ווי עס קוקט אויס קומט יעצט עטליכע שווערע וואכן און מאנאטן. די רז"ל פארטיי וועט זיכער נישט ריען, זעענדיג אז די KJ באן נעמט איין ד גאנצע וועלט, קודם מיט די מהודר'דיגע עופות, נאכדעם מיט מהודרדיגע ווייץ, און איצט מיט די מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות, מיט א גענצליך איבערהאול אויף ניקור, מליחה, שחיטה, בדיקת סכינים, שחיטה מונחת, ועוד, אויף וואס מהדרים בכשרות קוקן שוין לאנג ארויף.

דערווייל, וועלן מיר לאזן ר' עזריאל גליק אנהייבן קאמפיינען דערקעגן, און ס'וועט זיין אינטרעסאנט צי זעהן וויפיל פאוער דער ער האט היינט, און צי משה גבאי מיט עזריאל גליק אינאיינעם קענען אפשטעלן דעם גאלאפ פון דעם גרעסטן כח אין כשרות בדורינו, הרבי מסאטמאר שליט"א - מיט די בעקינג פון די גרעסטע ריזן אינעם פעלד פון כשרות פון אינטערנאציאנעלע אנערקענע רבנים איבער דער גארער וועלט.

_________________

געגאנגען » 3/12/2007 09:03

דו ווייסט וואס די חילוק איז?

סאטמארער רבי שליט"א קען נישט שלאפן ביינאכט פון גרויס פחד און זהירות אין אזא האקעלן ענין. ווידער עזריאל גליק, רז"ל ט"ב, און אפילו די פעיראלל דיינים שלאפן זייער רואיג על משכבם, זיי האבן קיין פראבלעם מיט גארנישט אויסער די 'קליפה' ....

פאר די דאזיגע סיבה וועט בע"ה זיין אוממעגליך פאר די פארשלאפענע אפצושטעלן דעם וואס שלאפט נישט! If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!

איזראלי » 3/12/2007 14:18

אויף ר' עזריאל איז געזאגט געווארן אוי לזקנתנו שביישה את ילדותינו .

monroe06 » 3/12/2007 15:03

ווי עס קוקט אויס קומט יעצט עטליכע שווערע וואכן און מאנאטן. די רז"ל פארטיי וועט זיכער נישט ריען, זעענדיג אז די KJ באן נעמט איין ד גאנצע וועלט, קודם מיט די מהודר'דיגע עופות, נאכדעם מיט מהודרדיגע ווייץ, און איצט מיט די מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות, מיט א גענצליך איבערהאול אויף ניקור, מליחה, שחיטה, בדיקת סכינים, שחיטה מונחת, ועוד, אויף וואס מהדרים בכשרות קוקן שוין לאנג ארויף.

האבען נישט די זאליס אויף הייד פארק באשלאסען אז די אריזאנא ווייץ איז א אויסגעשפילטע מערכה?

עבדעברי43 » 3/12/2007 18:01

ב"ה אז מען האלט שוין דא אז די נייע מהודרדיגע שחיטה ווערט שוין א פאקט לשמחת כל המדקדקים בכשרות ולשמחת כל בית ישראל . מען זעהט טאקע אז יעדע דבר טוב ווערט געשטערט דורך מסיתים ומדיחים ווואס דאס גאנצע יודישקייט גייט זיי אהן אין די לינקע פאה כידוע.

אבער מען דארף האבען מסירת נפש ממש דאס דורכצופירן. דאס וועט זיין א געוואלדיגע טובה פאר רבינו בעל ברך משה זי"ע בעלמא דאתי. און אויך וועט דאס זיין דער גרעסטער פיוס און דאס גרעסטע נחת רוח פאר הגה"צ מקאשוי זי"ע.  .

ווייל דעס אז מען קען נישט עסען קיין בהמה פלייש לשיטת קאשוי ולשיטת המחמירים. והמהדרין בכשרות. איז דאך א געוואלדיגער חורבן. ווייל חוץ דעם וואס די חז"ל זאגען(ירושלמי סוף פא חגיגה)  כשם שאסור להתיר את המותר כך אסור לאסור את המותר . איז עס דאך א בפירושער איסור מדברי חז"ל הקדושים .

און חוץ דעם ווייס דאך יעדער דעם טו"ז אין הלכות שופר אז א זאך וואס שטייט בפירוש אין די תורה להיתר קענען די חכמים נישט אסערן.  און די תורה זאגט דאך בפירוש "בכל אוות נפשך תאכל בשר" וואס דאס מיינט נאר בשר בהמה. ווייל "הצפור לא בתר"  עוף פלייש איז דאך נישט קיין פלייש.(בדרך צחות . אבל הדבר אמת שבשר עוף לא נקרא בשר)  

און חוץ דעם וואס עפ"י האר"י הקדוש זי"ע איז דא א ענין אפילו פאר פשוטע מענטשען פון העלאת הניצוצין פון די בהמות רח"ו זי"ע שרייבט . עתיד אדם ליתן הדין על שראה מאכל ולא אכלו ע"כ.   וואס כידוע דאס ווארט פון היייליגען בעש"ט הקדוש זי"ע רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף אז די מדריגת "חי" דאס איז א בהמה דארף ווערן א מדבר אריינגיין אין מענטש וואס ער איז א מדבר .


חוץ דעם איז דאך באקאנט פון די תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע בפרט פון הייליגען רבי רב פנחס קאריצער זי"ע (וואס ער איז פון די דרי עדות אז חנוכה ווערט נתגלה דער אור הגנוז(די אנדערע צוויי עדות זענען דער בעל הרוקח. און דער מהר"ל מפראג. פון וועם עס שטאמט די סאטמארע שיטה כידוע) אז טאמער עסט מען נישט א מאכל וואס ער דארף עסן. ווערט ער ל"ע קראנק ווייל די ניצוצי המאכל זענען ח"ו מקטרג אויף עהם רח"ל.

און דאס וועט זיין א געוואלדיגע נחת רוח פארן מרן הגה"צ מקאשוי זי"ע אז מען האט ב"ה ענדליך געמאכט א תיקון גדול וואס כמוה לא נהייתה אז הוחזר עטרה ליושנה. מען וועט קענען רוהיג עסן א שטיקעל כשר פלייש נישט "ממליחה ואילך"

(להוי ידוע אז דאס וואס איך שרייב אז עס וועט זיין א נחת רוח פאר מרן הגה"צ מקאשוי זי"ע דאס איז ברור ואמת. און איך מיין נישט דא די העצערס אין קאשוי וואס מיינען נאר סתם פאליטיק און רשעות אזוי וויא דער ברך משה זי"ע האט דאס מרמז געווען אויף א שארפן אופן אין זיין דרשה חוה"מ סוכות תשמ"ג אין קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג )

די גמרא זאגט(ברכות ח)  גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים . זאגט דער הייליגער בני יששכר אז איינער וואס איז א ירא שמים האלט זיך צוריק פון א איסור למשל פון עסן מפוקפוקדיקע פלייש (עס איז ידוע מפי רבינו האר"י ז"ל אז דער דער הייליגער יוחנן כהן גדול (וואס איז געווען דער טאטע פון מתתיהו בן יויחנן כהן גדול ווואס ער האט געמאכט דעם נס חנוכה) איז געווארן נאך 80 יאר א צדוקי ווייל ער האט איינמאל געגעסען פלייש וואס האט געהאט שאלות)

ממילא אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו .
עס שטייט אין די תורה ביי נזיר(במדבר ו פסוק יא) מאשר חטא על נפש . וואס האט דער נזיר געזינדיגט? זאגט די הייליגע גמרא(נדרים י)  אשר ציער עצמו מן היין!!! ער האט זיך צוריקגעהאלטן פון וויין.
די צרה און דער חטא איז אז מען מוז זיך צוריקהאלטן פון פלייש. אבל ב"ה זכה לו שעשה תיקון גדול מאוד.  אבער דאס דארף דורכגעפירט ווערן במסירת נפש ממש לכל הדעות

דא בין איך מצרף א שטיקעל וואס איך האב געשריבען נישט לאנג צוריק וועגען די נייע תקנות אשר אנו מקווים

טאמער דאס וועט אמאל ווערן בכלל. איז דער עיקר אז עס זאל טאקע זיין בתכלית הכשרות 

קודם כל זאל יעדער קענען אריין גיין קוקען אויב אלעס איז על צד היותר טוב. נישט אזוי וויא ביי די וויליאמסבורג מקוה (לדברי נחום)

2 עס זאל זיין א שחיטה מונחת. מען זאל זיך נישט דארפן פארלאזן אויף קולות (עיין תשו' שבט הלוי אודות שחיטת מיעל מארט)

3 מען זאל שניידען די בהמה גלייך דארט אין טעקסעס פאר צלע י"ב אזוי וויא מען האט געטון ביי אלע יודען מדקדקים במצוות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשול ח"ו

4 מען זאל נישט נוצען טענדערליין וכדומה וואס איז זייער שווער צו מאכען ניקור.

5  די ניקור זאל זיין ניקור חם ווייל עס איז א סאך גרינגער

6 מען זאל טאקע מאכן "חלק לגמרי" דהיינו חלק בית יוסף אז אפילו ספרדים זאלען עס קענען עסן. . ווייל דער שלה"ק ועוד האלטן להלכה אז חאטשיק דער רמ"א איז מיקל אבער אזוי וויא לויטן מחבר אין שו"ע איז דאס טריפה מדאורייתא מדינא דגמרא. דארפן אידען ובפרט חסידים מדקדק זיין צו עסן א זאך וואס איז כשר לכל הדעות מיט א רוהיגן געוויסן. נישט אז מען זאל קומען צו א שמחה און דער אדער יענער זאלן שרייען איך עס נישט וכדומה.

7 טאמער מען שחט קעלבלעך זאל מען ח"ו נישט נוצען די ווייסע קעלבלעך וואס מען נוצט היינט אפילו די וואס האבען דעם הכשר פון רח"ד כ"ץ ווייל דאס אלעס איז נאר בדיעבד . עס איז נישט כשרער וויא די שטאפ גענז וואס חסידים האבען אינדערהיים נישט געגעסען.

8 טאמער מען שעחט לעמער  . זאל מען נישט שחטן מיט א שביל נאר מען זאל אפשערען די וואל פאר די שחיטה עס זאל נישט זיין קיין חשש חלדה וואס דאס איז נבילה דאורייתא

9 מען זאל אויסזאלצען דאס פלייש און בראטן די לעבער גלייך אין די ערשטע דריי מעת לעת . נישט פארלאזן זיך אויף ווייקן אין וואסער וואס דער מחבר איז נאר מתיר בדיעבד.

10  דער מנקר זאל האבען א קבלה אויף ניקור.

11 מען זאל גוט אפוואשען די דופני הבהמה מיט וואסער עס זאל נישט זיין קיין דם בעין ווייל שיטת הרא"ה און יש אומרים שבמרדכי מובא בפמ"ג אז קען מען נישט אויסזאלצן טאמער מען זעהט נאך דם בעין.

ועל כולם אז איינער וועט נאך אלץ נישט וועלן עסן בהמה פלייש מטעם חשש חלב.

קען ער עסן חיה פלייש פון הערשן וואס ביי חיה איז נישט דא דער איסור פון חלב. און ער קען אפילו עסן די פעטע פלייש פון חלק אחוריים וואס אונדז בני אשכנז נוצען דאס נישט ביי בהמות . אבער ביי הערשן מעג מען עסן דאס חלב אליין אויך.

נאר דער וואס וויל עסן די פלייש פון חלק אחוריים ביי הערשן דארף האבען א מנקר וואס קען אויספוצען דעם גיד הנשה .וואס איז אסור מדאורייתא און דעם שומן הגיד וואס ישראל קדושים פורשים ממנו.

הערשן פלייש ווערט געשאחטן אין טשעסטער אפסטעיט ניו יארק  אבער זיי האבען נישט קיין היימישע שוחטים . אבער דא וועט דאך זיין מחשובי השוחטים בעולם כגון החסיד רבי נח גפן נ"י ועוד.  

ויאכלו ענוים וישבעו.


 

עבדעברי43 » 3/12/2007 18:10

איך האב נישט אויסגעפירט דעם בני יששכרס ווארט (וואס ער איז געווען פון דעם בי"ד פון די חשמונאים ביי די מעשה פון חנוכה כידוע מרבינו הקדוש מלובלין זי"ע)

גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים.   אז איינער איז מחמיר ער עסט נישט ער איז א ירא שמים איז גוט .
 
אבער אז איינער פלאגט זיך און מאכט אז מען זאל יא קענען עסן בהיתר איז ער א סאך גרעסער וויא דער ירא שמים וואס האט מחמיר געווען און האט דאס געאסערט.

אזוי זאגט דער הייליגער בני יששכר  ער איז זיך מסתמך אויף א של"ה הקדוש .
און דאס וועט יעצט ב"ה מקויים ווערען .
בכלל דער ענין פון להתיר את המותר איז א התקרבות הגאולה. אזוי וויא עס שטייט אין די הקדמה פונעם הייליגען מהרש"ם ער ברענגט אז ער האט געהערט מפי קדשו פונעם רב שר שלום דער בעלזער רב זי"ע . אז במשך הדורות איז צוזאמעגעזאמעלט געווארן חומרות ע"ג חומרות 
און בזכות וואס מען שטעלט צוריק להתיר את המותר לישראל וועט מען מתיר זיין (אויפבינדען) די יודישע קינדער פון זייער גלות קייטן סיי די וואס זענען יעצט אין די תפיסות רח"ל און אויך דעם גאנצען כלל ישראל בכלליות במהרה ובא לציון גואל.

רמקול5 » 3/12/2007 20:05

Rabbiny Shlite (Mharz"l) had a meeting with the Kashow'er ruv from Monsey, and the Kashow'er ruv said that his holy father is for sure against R' Aron's plans, because, this is not the way how to do Nikur at all.

סעדער » 3/12/2007 20:14

יישר כח! יישר כח! רמקול

איך האב פאר א מינוט עובר געווען אויף "המהרהר אחרי רבו" רח"ל

אבער ב"ה דער רבי גייט אויף זיכערע טריט, ווען מען זעט אז ער איז ווייטער קעגן אים

אזוי ווי ער איז אלס געווען קעגן סאטמארע רבי'ס שוין 3 דורות צום גיטן.

נאכאמאל, רמקול נחמתני!




פאטאקי08 » 3/12/2007 20:25

עבד

עס וועט לכאורה נישט זיין נומער 6
דער רבי האט עס קלאר ארויסגעברענגט

פאטאקי08 » 3/12/2007 20:27

עבד איך וויס נישט צי דער רבי זאל זיין געזונט האט אפילו איין חסיד וואס זאל מהדר זיין צו עסן נאר גלאט גלאט

ערליכעאיד » 3/12/2007 20:54

איך האלט אז פאר די הצלחה פון דער זאך זאל מען אויפנעמען עבדעברי אדער נחום (איינער פון די צוויי...) אלץ משגיח

פארלעסליך » 3/12/2007 21:16

ערליכעאיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט אז פאר די הצלחה פון דער זאך זאל מען אויפנעמען עבדעברי אדער נחום (איינער פון די צוויי...) אלץ משגיח


האסט מיר געמאכט אויספלאצען...

_________________

הכל שריר וקיים

NYPD » 3/12/2007 21:20

זייטס נישט קיין נערנים, דער בית השחיטה וועט מצליח זיין, און זיי וועלן אונז גלייך נאכמאכן, און מען וועט נוצען די אלטע שחיטה פאר די פוילישע גוים,

עבדעברי43 » 3/12/2007 21:41

בדרך אגב בשעת די חלב פרשה אין תשמ"ג האט דער ברך משה זי"ע  געקענט באשטיין מתקן צו זיין על צד היותר טוב דעם ניקור אז אפילו די מחמירים זאלן קענען עסן איך האב  אליין געהערט להבחל"ח מפי קדשו אין די ענייני ניקור וואס ער האט געקענט באשטיין נאכצוגעבען ואכמ"ל.
 
נאר רבי א ק מיט זיין ידיד מ פ האבען בשו"א נישט געלאזט.  זיי האבען געשריגען קולות אז סאטמאר בלוט איז נישט קיין וואסער. און סאטמאר טאר זיך נישט לאזן פארשעמען.  (נישט ווייל דער ברך משה זי"ע האט געהאלטן אז דער ניקור טויג נישט נאר ער האט געקענט באשטיין נאכצוגעבען פאר די מערערים ואכמ"ל)

(איך ווייס נישט!!  עס קען זעהן אז ר' א ק האט טאקע געשוינט דעם כבוד פון סאטמאר . ער איז דאך א ת"ח און א בעל צדקה)

און חוץ דעם לדעתי שרייבט דער שרייבער "סעדער" זייער גוט. ווייל דער קאשויער רב שליט"א פון מאנסי לדעתי ווייס בכלל נישט די ענייני ניקור און ער האט עס קיינמאל זיך נישט אויסגעלערנט און א וודאי האט ער נישט א קבלה דערויף.

און יעצט אחי ורעי אהובי עליון .
 
די חברה שרייבערס דא פון רז"ל פארטיי סטראשען מיך אין אישי געפערליך. חאטש זיי ווייסן ב"ה נישט ווער איך בין. .
קודם האבען זיי פארפירט געפערליך איך זאל מער נישט שרייבן פון רבה"ק מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע . ווייל דער רבי זי"ע איז דאך זייער אייגענטום . זיי שטעלען עהם צו לויט זייער גוסטע און זייער געברויך.
אמאל מאכען זיי עהם פאר א קאשויער אמאל פאר א נטורי קרתא . אמאל פאר סתם א צעווילדעטערטער. . היינט ווילן זיי עהם צושטעלען פארקערט אז ער האט נישט געלאזט מאכען קיין תיקונים נאר ער דוקא געוואלט שוינען זיין כבוד

האב איך זיי קודם מהיות טוב צוגעזאגט ..אז איך וועל מער נישט אריינמישען דעם רבין בעל דברי יואל זי"ע אין די עניינים פונעם עירוב אדער אנדערע פאליטיקס און מחלוקת.

וועגען דעם האבען זיי מסכים געווען אז דעם רבין דעם ברך משה מעג מען מאכען ללעג ולקלס ח"ו און אלע היינטיגע רעביס ביחד אפילו זייער אייגענעם רבין וד"ל.

אבער יעצט שרייען זיי געוואלד אז איך מאך קאלט די פרישע יונגעלייט און איך ווארף אריין ספיקות אין זיי . און דאס איז נישט איינער אליין וואס סטראשעט...  נאר דאס איז א גאנצע כאר "א קווייער" (זיי דארפן גיין זינגען "מעוז צור"    ערגעץ אזוי וויא א קווייער. עס וועט האבען אזא פנים וויא די קעצלעך וואס קוויטשען ביינאכט . א קאצען מוזיק)

זיי ווארענען מיט אלעם וואס זיי קענען. און חאטשיג איך האלט אז מען דארף גיין מיט מסירת נפש לגלות פני הלוט . און איינמאל פאר אלעמאל אויפדעקען זייער פרצוף אז זיי מיינען בכלל נישט קיין כבוד שמים און קיין טובת ישראל .
 
דאך זעה איך אז אין אדם יכול לדון עם מי שלכאורה תקיף ממנו.  מען זעהט למשל אז ביי דעם פרעסטראק זענען זיי גרייט מיטן ערגסטען עהם אויסצורייסען . און זיי זענען פון די תתקע"ד דורות שקומטו בלא עת והן הן עזי פנים שבכל דור ודור (מס' חגיגה י"ד בראש העמוד) .

דאס זענען די זעלבע אינשי דלא מעלי וואס האבען געצאפט די בלוט פונעם ברך משה זי"ע אלע יארן. ועוד ידם נטוי.       ממילא וויל איך ביז דערווייל נישט שרייבען ווייטער בכלל און בפרט  אין די סאטמארע פורומים

 נאר עטליכע ידיעות אין די פורומים בחצרות החסידים און בחצרות חסידים . ענייני ידיעות פון תלמידי רבותינו הקדושים תלמידי מרן אור שבעת הימים הבעש"ט הקדוש זי"ע (חאטשיג זיי האלטן באמת פון די תלמידי הבעש"ט אויך נישט בכלל.   און פון גאנצען חסידות בפרט)
עד ישקיף השם ממרום ויגאלינו גאולת עולמים ויתגלה האמת והצדק.

גוטזאגער » 4/12/2007 02:45

עבד, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס די דארפסט דיך דערשרעקן.
בכלל, איז ליבערשט צי ווארטן איך יפול דבר. ס'איז אסאך וואס צו רעדן דערפון, אבער דער קאמף גייט זיך ערשט יעצט אנהייבן אויסשפילן, און מיר וועלן דארפן האבן א קאפיטשקע געדולד.

אבער שרעק, מאן דשמיה מכר?

_________________

13Hooper » 4/12/2007 02:57

עבד
אז זיי קענען דיך שטיל מאכען וואס קען מען בלעימען ריבה"ק
איז נישט א ווינדער אז ער האט געמיזט מוסר מודעה זיין פאר די צוויי עדים וועגען די אנשי רשע וואס דרייען זיך אין שטיב נישט מפרסם זיין בחייו נאר לאמו"ש

(ר עבד האסטי שוין געהערט די טעיפ פין גאלד מחשובי השטיעב מענטשען)

טאראראם » 4/12/2007 03:04

עבד
אז זיי קענען דיך שטיל מאכען וואס קען מען בלעימען ריבה"ק
איז נישט א ווינדער אז ער האט געמיזט מוסר מודעה זיין פאר די צוויי עדים וועגען די אנשי רשע וואס דרייען זיך אין שטיב נישט מפרסם זיין בחייו נאר לאמו"ש

(ר עבד האסטי שוין געהערט די טעיפ פין גאלד מחשובי השטיעב מענטשען)



ווער ס'פארשטייט די תגובה באקומט א קוואדער....

13Hooper » 4/12/2007 03:32

טאראראם
איך ברענג ארויס די זאליס רשעות אין געמיינקייט וויאזוי זיי דערשטיקען דאס אמת

איך האב דיר איינגעשפאהרט א קוואדער

 טאמער די פארשטייסט נאך אלץ נישט וועט דיך עס קאסטען אסאך מער
(אויסער אז די האסט מעדיקעיד אדער א אנדערע מעדיקעל אינשורענס)
 

עבדעברי43 » 4/12/2007 03:43

יותר ממה שכתבת י לכם כאן ברמז.. כתבו אלי באישי . כמה ניקים מחברה של אנשי רז"ל . וכמה ניקים חדשים.

אחד מתחיל כזה
דברים שאי אפשר לומר ברבים

א"כ הסופר החשוב, תלמוד חכם ומופלג, תחת שם עבד עברי מ"ג נ"י.

איך שפיר אז איך מוז זיך אויסגעבן מיט דיר אין אישית דער ענין. איך שפיר אז דאס טאר נישט אויסגעשמועסט ווערן אויף א פובליק פורום.וכו' .  דא ווייטער שרייבט ער זייער שארף בנוסח סאטמאר הישן וואס איך וויל נישט ברענגן דא אין פובליק דברים אשר באמת אין לומר ברבים ודו"ק.

ווייטער א צווייטער שרייבט

לכבוד החכם החשוב בקי נפלא עבד

געוואלד!!!! דו פינסטערער אהרוני . זיי מגלה דיין אמתן פרצוף.  דו צוברעכסט סאטמאר אויף אזא אופן וואס קיינער האט עס נאך נישט געטאהן. ביסט נישט קיין בעל אחריות וכו'   אויך נאכדעם זייער מיסע לשונות פון סטראשען וכדומה.

ועוד. ועוד.
און איך עבד עברי זאג אויף די חברה.
.אז דאס איז פונקט וויא עס איז געווען אין די צייטן פון "סטאלין" ימ"ש . וואס האט געהארגעט מילליאנען מענטשען אהן קיין שום רחמנות א סאך מער וויא היטלער ימ"ש .

און מענטשען וואס מען האט אליין אומגעברענגט זייער נאענטע משפחה ל"ע און אפילו זייערע בחורים און קינדער.
 

דאך זענען זיי געווען אזוי פארטענפט און פארנארט.  אז טאמער זיי האבען געהערט איינער רעד אויף "סטאלין" הרשע האבען זיי עהם ממש געוואלט הארגענען... זיי האבען געשריגען  געוואלד!!! דו רעדסט דאך אויפן פאטער. דער געטרייער פאטער סטאלין. . איי די משוגענער אקס נאר . סטאלין איז דיר דען געטריי עס איז דאך שקר וכזב


ניין מען האט זיי נישט געקענט אויסהאקן זייער בלאקעטש פון קאפ.

טאמער מען זאגט פאר א עכטן סאטמארען . פארוואס שרייסטו נאך מענטשען מיט א שנאה עמוקה? יענע מענטשען האבען דען דיר עפעס געטון? שרייט ער נאך מער וויא א צודרייטער משוגענער.

און טאמער מען פרעגט א עכטן סאטמארען פארוואס מעקסטו אויס אין אלע ספרים אין קאלוב אדער ערגעץ אנדערש די נעמען פון ליובאוויטשער אדער הרב אלישיב אדער רבי מנשה קליין וכדומה. עס איז דאך הקדש געלט . עס איז דען דיינס.  גנב דו! ליידאק! אויסוואורף.

ענטפערט ער דיר. אנדערע חסידים זענען א סאך ערגער. און טאמער מען ווייזט עהם אויף אז עס איז שקר וכזב.

גיי אריין אין קלויזענבורג. אדער אפילו אין ספרייה אגודת חסידי חב"ד וועסטו זעהן אלע פאשקווילען מיט אלע קונטרסים וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבען קעגען ליובאוויטש. און דו וועסט נישט זעהן גארנישט געמעקט און געפליקט. איך רעד שוין נישט וואס דער ויואל משה מיטן עה"ג ליגען דארטן געהעריג בכבוד.

נאך מער אפילו אין מוסד הרב קוק . אין יוניווערסיטעט קענסטו זעהן נישט נאר אלע ספרי דבי רב פון רבין זי"ע נאר אפילו להבדיל פון הרב קאפח סיי הרב יחייא סיי הרב יוסף קאפח. אפילו די קונטרסים פון די נטורי קרתא.

אפילו מען וועט פאר די סאטמארע דאס  אויפווייזן . וועלן זיי נישט ווילען הערן

די קאר סערוויס חברה וואס זענען ארויסגעקומען פון רוסלאנד דערציילן אז בשעת די פינסטערע יארן פון סטאלין האט מען זיי איינגערעדט אז אין אמעריקא איז א סאך ערגער מען הארגעט אין אמעריקא מענטשען רעכטס און לינקס און זיי האבען טאקע געגלייבט באמונה אז עס איז אזוי.

איך זאג נאכאמאל. איך גלייך נישט צו ח"ו!!! להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה . בין גן עדן לגיהנם בין ישראל לעמים.

אבער עס איז להבדיל ענדליך צו די איינרעדענישן.

הערטס אויפן טעיפ וויא רבי בנימין הערש נ"י שרייט וואס ווילט עטץ פונעם רבין דעם ברך משה . צו וואס צאפט מען עהם דאס בלוט?    די קנאים האבען דאך עהם אויפגעגעסען. קומט מען מאכען ליצנות בפני מיטתו אז ער איז געווען א גוטער פריינט פאר ברך משה. וואס וויל מען מאכען דעם עולם טאקע פאר בהמות... איז דאך קרית יואל סאטמארער רבי גערעכט אז ער מוז מאכען א נייע שחיטה פאר די נייע בהמות.

עטץ ווייסט אז דער קראלער רב הגה"צ רבי שמואל גרויס הי"ד ז"ל וואס וועגען עהם און דורך עהם האט דער רבי זי"ע געמאכט די גאנצע מחלוקה אין קראלי האט געהאט זייער א חשובן ברודער הגה"צ רבי זלמן לייב גרויס הי"ד דיין אין סיגעט . . ער איז געווען דער מורה דרך און דער מלמד פון רבין דעם ברך משה זי"ע..  ער דער דיין ז"ל האט נישט געהאלטן פונעם רבינס שיטה בענין די מדינה קיין כי הוא זה נישט. . וועגען דעם האט דער רבי בעל דברי יואל זי"ע אמאל אמאל געלאזט הערן די דיבורים  "די בערבעשטע ציונים" אויף די ברודער פונעם קראלער רב ז"ל.

נו! נאך דעם אלעם איז נאך גאנץ שיין אז דער רבי דער ברך משה האט זיך אזוי שיין אהערגעשטעלט אנפירן מיט די עדה חסידי סאטמאר. נו!! פארוואס האבען זיי עהם אזויפיל געצאפט זיין בלוט. און סוף כל סוף אלע חיצים ובליסטראות איז געגאנגן קעגען דעם עלצטען זון וואס ער איז געווען דער בריח התיכון פונעם פאטער.

מען קען זיך אראפלערנען א מוסר השכל..  אלע יארן איז דער קלויזענבטרגער געווען א ריכטיגער גלח. היינט הערט מען שוין עס בלאזן אנדערע ווינטען .

ווילאנג מען האט איינגערעדט די גאס אז יענע צד גייט לערכאות האט מען געשריגען . געוואלד!! ערכאות!! ווען אבער מען גייט אליין לערכאות . מאכט מען זיך טעמיש .

ווען מען איז געפארן קיין בארא פארק וועגען אייגען אינטערעס על כבודי לא מחיתם על כבוד עצמכם מחיתם האט מען געצוימט די שקצים אז זיי זאלען נישט נאכשרייען די טראגערס.
די וואך האט מען געפענט די פיסקעס פון די הינטלעך און זיי געגעבען רשות צו בילן על כל עובר ושב.

די מיסע ווערטער מיט וואס זיי סטראשען מיך אליינס. נאך א מזל זיי קענען גארנישט טוען .. ווען נישט זענען זיי חשוד אויף שפיכות דמים כבני עשיו רח"ל .  פארגעסט נישט. דעמאלס ווען עס איז געווען די רדיפות אין קרית יואל איז נאך נישט געווען קיין היידפארק . וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין ווייגעשריי אהן דעם וואס מען זאל עהם קענען עפעס טון.

אבער נאכאמאל ב"ה אז קודם האבען די עופות געהאט א הערליכן תיקון. אזוי א שיינע שחיטה וואס עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט . און זיי די אנשי רז"ל און אפילו די קנאים וועלן דוקא מדקדק זיין צו עסן פון מפוקפוקדיגע זאכען ממליחה ואילך וואס גויים זאלצען.
און יעצט קומט די בשר בהמה . ב"ה וואס אין פרידענס צייטן איז נישט געווען.

נאכדעם וועט קומען א מקוה מהודרת כדת וכדין . וואס אלע חסידותן און ליטוואקעס בני תורה וועלען זיך קומען לערנען פון סאטמאר .. און נאכאמאל עס טוט מיר זיייער לייד . איך וויל נישט דורכטראגען די אלע סטראשעניקעס . איך וויל בל"נ מער נישט שרייבן אין די סאטמארע פורומס  עד נזכה לישועת ישראל אמן

13Hooper » 4/12/2007 07:14

עבד
די שרייבסט די פאלגענדע

גיי אריין אין קלויזענבורג. אדער אפילו אין ספרייה אגודת חסידי חב"ד וועסטו זעהן אלע פאשקווילען מיט אלע קונטרסים וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבען קעגען ליובאוויטש. און דו וועסט נישט זעהן גארנישט געמעקט און געפליקט. איך רעד שוין נישט וואס דער ויואל משה מיטן עה"ג ליגען דארטן געהעריג בכבוד.

נאך מער אפילו אין מוסד הרב קוק . אין יוניווערסיטעט קענסטו זעהן נישט נאר אלע ספרי דבי רב פון רבין זי"ע נאר אפילו להבדיל פון הרב קאפח סיי הרב יחייא סיי הרב יוסף קאפח. אפילו די קונטרסים פון די נטורי קרתא.

אין הראיה דומה לנידון
ווען ספרים ווערען געהאלטען אלס א לייבערי אדער ביבלאטעק אין אמעריקע בפרט
איז דאס פאליטיש קארעקט צי האלטען אלע מיינונגען אויך קען מען טרעפען אין די לייבערי  היטלערס ביך  "מיין קאמפף"  משא"כ אין א חסידישע ביהמד ווי  מען לערענט אינז אז מען זאל נישט ליינען אנדערע השקפות קען זיך טרעפען קנאים וואס זענען מפריס על המדה

 

 

איזראלי » 4/12/2007 14:57

ר' עבד אויף דיר איז געזאגט געווארן דער פס' (שמואל ב' א' כ''ז) אֵיךְ נָפְלוּ גִבּוֹרִים וַיֹּאבְדוּ כְּלֵי מִלְחָמה , אנשטאט די זאלסט ווייטער ממשיך זיין און לאזן הערן דעם קול פון די נארמאלע מענטשן ווערסט פלוצלינג דערשראקן פון הני כלבין דחצופין ?

verbeenich » 4/12/2007 18:30

עבד נחום עברי,

די שרייבסט

גיי אריין אין קלויזענבורג. אדער אפילו אין ספרייה אגודת חסידי חב"ד וועסטו זעהן אלע פאשקווילען מיט אלע קונטרסים וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבען קעגען ליובאוויטש. און דו וועסט נישט זעהן גארנישט געמעקט און געפליקט. איך רעד שוין נישט וואס דער ויואל משה מיטן עה"ג ליגען דארטן געהעריג בכבוד.

איך מוז דיר זאגען אז דיינע שקרים זענען ענדלאז,
כ'האב שוין לאנג נישט באגעגענט א שקרן ווי דיר.
די קוקסט מיר אויס פונקט ווי נחום ראזענבערג
מיט אמת
מיט חכמה
און מיט פארדרייטקייט.

מיט אמת,
עס איז זייער שווער דיך צו כאפען ביי א אמתע מעשה א מענטש זאל קענען באקען שקרים וכזבים מיט אזא ברייטקייט ממש ווי נחום.

מיט חכמה,
דיינע בהמישקייטן שיינען פון דיר ממש ווי די בהמה מנחת ס'פארט זיך צו נחום.

מיט פארדרייטקייט,
די קענסט כמעט נישט אראפ ברענעגן קיין מאמר חז"ל אהן עס אויסטייטשען פונקט קאפויער ווי עס שטייט, אדער ווי די גדולי הראשונים ואחרונים לערנען, ממש אסאך מאהל שטיי איך און איך קוק אזוי אהן דיינס א מאמר און איך פרעג ביי מיר וואס איז דער? א פינעף יעריג יונגעל? אדער אפשר סתם א צוריקגעבליבענער? דאס קען דאך אבער נישט זיין, ווייל שקרים פאקט ער ווי א ערוואקסענער, עס קען נישט זיין אנדערש ווי אזא פארקרומטער פארדרייטער ווי נחום.


גוטזאגער » 4/12/2007 18:47

ווערביאיך.

רעב עבד עברי האט געברענגט קאנעקעדיגע שטיקלעך, מקורות ראשונים און אחרונים.

גוט, די ביסט מחולק מיט אים, און שרייבסט אויף אים אלע שיינע לשונות...

אבער האסט נישט קיין איינציגע זאך מיט וואס די קענסט אים אפווארפן, בלויז מיט משוגענער, אקס מנוול?

עבד עברי, פון דיינע קריטיקער זעה איך אז די ביסט 1010% גערעכט. KEEP IT UP! ביטע ביטע ביטע

verbeenich » 4/12/2007 19:11

איך געב דיר טויזענט דאללער אויב די טרעפסט א ויואל משה אדער א עה"ג
אין קלויזנבורג אדער אין ליבאוויטש.

ער איז א פאלנער שקרן!!!

עבדעברי43 » 4/12/2007 21:56

נישט נאר איין ויואל משה איז דארטן דא נאר 3 און אפילו די ילקוט מאמרים אויך
















חיפוש ללא מקלדת

חיפוש בסיסי

חיפוש מתקדם

קטלוג ספריית אגודת חסידי חב"ד - אהלי יוסף יצחק - ליובאוויטש

Top of Form 1

בחר שדה:

הקלד מילים לחיפוש:
ויואל משה


Bottom of Form 1

ויואל משה; טייטלבוים, יואל; תשכ; נ.י.;

ויואל משה; טייטלבוים, יואל; תשמב; נ.י.;

ויואל משה; טייטלבוים, יואל; חש"ד; ארץ ישראל;

ילקוט אמרים ויואל משה; ; תשסב; חמ"ד;


[1-4]

found: 4

time elapsed: 0.900192975998.
נו! איז דאך דא א כלל מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי. . אלא מאי איז ער פון סטאלינ'ס מענטשען וואס זענען נישט קיין מענטשען און קענען מכחיש זיין את השמש בצהרים.

און בכלל די ערשטע מאל וואס איך זעה אז איינער רעכנט אויס זיינע אייגענע מעלות אויפן היידפארק.
ער מיינט אז עס קומט יעצט פורים. דערווייל קומט יעצט חנוכה

זעהט אויס אז ער וועט זאגען ביי על הניסים דאס שטיקעל אויף די לינקע זייט "בימי מרדכי"
לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו


זעהט אויס אז ער דאווענט נישט אין קליימער ביהמ"ד און ער ווייסט נישט וואס עס איז געשען וד"ל.

קודם זאל ער באצאלען טויזענט דאללער פארן חשובען שרייבער גוטזאגער נ"י

און אזוי וויא ער וועט נישט באצאלען זאל ער זיך אליין אונטערשרייבען זיין אונטערשריפט

ער איז א פאלנער שקרן!!!

תולה קללתו באחרים

verbeenich » 4/12/2007 22:49

מוראדיג

האסט מיך גאפאקט

האסט עס גאטראפען און א פארמאכטע לייברערי
די וועסט דאס אבער נישט טרעפען און קיין ליבאוויטשע אדער קלויזעבורגער ביהמ"ד
און איך האלט זיך צו דעם און יא איך געב $1000.00 אויב די טרעפסט איינס.

דאס איז טיפיקעל מעשה נחום רז"ב גלייכסט צו א אפענע ביהמ"ד צו א פארמאכטע לייברערי
וואס האט אלעס לשם האבען אלעס און נישט צום ניצען.

און דאס מיינט

א פאלנער קשרן!!!


דיינע שקרים ווערען ממש יעדען טאג בעסער און בעסער
דיין באבע מעשה וועגען די קערעסטירער ביהמ"ד (ווי אזוי די האסט דאס פארציילט)
ווייסען קיינער פון די קערעסטירער רבינ'ס קינדער נישט
נאר נחום רז"ב
אינטערעסאנט וויאזוי דיין חוש אויף פאבריקאציע ענדעלט אזוי און זיינס

verbeenich » 4/12/2007 22:59

און בד"א דער ספריה
איז נאך א שאלה צו עס געהערט פאר ליבאוויטש
אדער פאר דעם יורש!

דער ספריה האט א יורש
אבער דער רמ"ש האט אויפגעטוען א חידוש נפלא אז דער שווער לעבט
און כל זמן ער לעבט טיילט מען נישט קיין ירושה
און אזוי האבן  אנגענומען די שווארצע חאלאטען

זשוליאני08 » 4/12/2007 23:12

ווערביןאיך

איך האלט אז עבד עברי האט דיר גוט אויפגעוויזן. יא אין די ליבוויטשער ביבליאטעק איז דא א ויואל משה.

איצט צייג איין ארט אין גאנץ סאטמאר פארקערט (נישט איך האלט אז ס'דארף זיין). אבער עבד עברי איז גערעכט מיט זיין פאינט. פארמאכט, אדער אפען. ס'איז דא צו באקומען אין ליובאוויטש.

verbeenich » 4/12/2007 23:16

דאס הייסט סאיז דא צו באקומען?
און א הערמעטיש פארמאכטע שטוב?
ווי אין וועלעכע ליבאוויטשע ביהמ"ד איז דאס דא?
ער ווייסט אויך אז סאיז נישטא

און א ווירטואלען קאטאלאג פון א לייברערי מיינט נאך נישט אז סאיז דא

verbeenich » 4/12/2007 23:23

איין קלייניגקייט האב איך פארגעסען
איך דאווען נישט און קליימער
אבער איך ווייס וואס עס איז פארגעקומען דארט

דער שטאטס מנובל נחום רז"ב
און וועמען דיין ניק ענדעלט אזוי שטארק
האט מען נאכאמאהל ארויסגעווארפען פון דארט ווייל וד"ל

חיים_נחום » 4/12/2007 23:31

עבד'ל אפשר זאגסטו וואס איז פארגעגאנגן אין קליימער?

גוטזאגער » 4/12/2007 23:36

אזוי, מ'האט אים ארויסגעווארפען
כאטש מיט א גוטען שייגעץ ארויס... ?

כאטש גוט געשלאגען דעם שייגעץ ראזענבערג ?

ברוך השם אז די נועם המידות קאמפאני האט באקומען א קורס אין הלכות שייגעץ ארויס!
אלעס דער אהרן? הא?

עבדעברי43 » 4/12/2007 23:39


כל אמת אמת תפסי' להאי גברא(ברכות יד) דער "ווערבין איך"  איז דאך מלא אמת.

ידידיי !!  דאס איז דער אמתר פשט אין די גמרא?  אדער דער פאלשער?  וויאזוי זאגען זיינע ווערבינאיךס ראשונים? 

און יעצט על ראשון ראשון

איין מודעה פון עהם


verbeenich





אכטונג נישט נוצען קיין שום סטראבערי

יא, איהר זעט גוט אפילו די פראזען פון קיין שום פירמע!!!.
אלעס איז ווערעמדיג

עד כאן השקר

היידפארק לייענער און שרייבער זייטס מוחל גייט אריין אין סיי וועלכע גראסערי אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק מאנסי קרית יואל לעיקוואוד. . טאמער עטץ וועט נישט טרעפען קיין פראזען סטראבעריס.    וועט ער אייך נאכאמאל געבען 1000 דאללער .ווייל דאס ערשטע מאל האט ער דאך שוין לויט זיינע שקרים באצאלט.

ער שרייבט אז דו וועסט דאס נישט טרעפען אין קיין ליובאוויטשע אדער קלויזענבורגע ביהמ"ד

וועסט גרינגער טרעפען א ויואל משה אין ליובאוויטש. וויא א שו"ת איגרות משה להגאון הגדול ר"מ פיינשטיין ז"ל.אין סיי ועלכען סאטמארען בית המדרש

איך האב מורא אז זיין  טויזענטער איז אויך פאלש און מען וועט נאך ארעסטירען דערפאר.


ער פירט אויס זיין שקר בהאי לישנא!!!!


און דאס מיינט


א פאלנער קשרן!!!

אפשר זאגט מיר איינער . וואס מיינט קשרן!!!!!!


ער האט געעפענט  א אשכול..

בושה תכסה פנינו

אז מען האט געטראפן בחורים שבת נאכמיטאג אין סאוט פאלסבורג אין א רעסטוראנט. און ער פארפירט דארט אין דעם אשכול
און ער ברענגט א פאליס רעפארט וויא עס שטייט בפירוש אז דאס איז געווען מוצאי שבת 10 אזייגער צייט.

און יעדער ווענד עהם דארטן אפ.

און ער האט א בלעכן פנים ער לאכט זיך אויס און בלייבט מיט זייין אמת.  דער פאליס דעפארט איז א שקרן

נאך א אשכול פארפירט ער

אז יעדער נוצט שוין נאר דעם יורא . מען נוצט שוין ניטאמאל דעם דאללער

איך מיין אז דאס האט ער געהערט פונעם בדחן רבי יענקל מיללער
אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער הערט און ער פארדרייט כדי צו מאכען אלעס זאל זיין נאר אמת.

. ער מאכט דעם משנת חכמים דעם חשובען שרייבער פון כל העולם כולו. פאר א ליגנער. ווייל דער יענקעל פון קערעסטירער ביהמ"ד אין קראון הייטס האט   דאך ביי דעם משנת חכמים געגעסען .

און ביי עהם איז עס א באבע מעשה

זעהט אויס אז ער האט געטראפן . די זיבען פעטע קי . פון די וואכענדיגע סדרה . וואס גייט געשאחטן ווערן ביי די נייע מיעל מארט שחיטה אין טעקסאס.   און אויך האט ער געטראפן די זיבען מאגערע קי וואס ער גייט שחטן ממליחה ואילך אין ערארע איללינאיס אונטער די יעצטיגע מיעל מארט.

אויך די פעטע און פולע זאנגען פון דעם חלום די וואך . מיינט ער אז דאס איז די לאנג איילענד ווייץ.

און דאס וואס די מאגערע זאנגען האבען איינגעשלינגען די פעטע זאנגען מיינט אז די נייע סאטמארע בעקערי וואס איז נאך ניי און מאגער וועט אי"ה איינשלינגען די פעטע זאנגען די אלטע אויסגעפאשטעטע בעקערי

און וואס איז וועגן די דין תורה אין בארא פארק וועגען דעם קלף?

און וואס איז וועגען גיסינגער מעשה וואס גאנץ בודק פארלאזט זיך דערויף?

און וואס וועסטו זאגען ווען אלע מעשיות אויף די בראדוועי מצה בעקערי וועט ארויפשווימען אויפן וואסער?

איין תירוץ וועסטו האבען אויף אלעם!!!!

שקר שקר שקר

א פאלנער קשרן!!!!

איך אייל מיך זייער ווייל זריזין מקדימין. איך וויל באלד גיין צינדן חנוכה ליכט בשטו"מ

עבדעברי43 » 5/12/2007 00:11

איך וויל נאך מוסף זיין אז א קלויזענבורגער פון וומס"ב האט געזאגט אז עס איז דא דער דברי יואל. און בכלל אלעס איז דארטען דא. .(אויסער אין ראחמסטריווקא וויא עס איז נישטא קיין פאליטיק ספרים) .

דו גלייבסט דאך נישט די קלויזענמבורגער ליגנערס .  נו! וואס ווילסטו איך זאל מיך יעצט פאר חנוכה ליכט מטמא זיין און אריינגיין אין די קלויזענבורגער ביהמ"ד (תיפלא רח"ל)

אלע יארן אין מיינע יונגעל און בחורישע יארן ..  פלעגען מיר דורכגיין מיט אונזער מלמד ז"ל. און מען האט דריי מאל געשפיגען. און יעדעס מאל הויעך געזאגט "שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא"  כדת וכהלכה אזוי וויא עס ווערט געפאסקענט אין הלכות "ווער בין איך" און "וויא בין איך" און אין די אלע פאלשע ראשונים

און עס איז דא  א יונגערמאן אין מיין שכנות וואס זיין טאטע דאווענט  אין 14 הופער. און ווען מען פרעגט עהם . וויא דאווענט דיין טאטע?   ענטפערט ער . ליידער דאווענט מיין טאטע אין קלויסטער אויף הופער.     דער עולם לאכט און מיינט אז ער דאווענט אין קלויסטער הופער קארנער מארסי.

ענטפערט ער מיטן לשון הגמרא אין מסכת שבת וואס ווערט א סאך געברענגט אין סה"ק ויואל משה(די גמרא איז אין מסכת שבת דף קט"ז ע"א "אמר רב טרפון וכו'  " און אין ויואל משה איז עס אויך דף קט"ז)
אז ענדערש זאל מען אריינגיין אינעם נוצרישען קלויסטער אויף הופער מארסי.  וויא ענדערש אריינצוגיין אינעם חסידישען קלויסטער אויף הופער קענט . וד"ל.

גיי אריין אין סיי וועלכע ישיבה וויא עס איז נישטא סאטמארע בחורים וועסטו זעהן אלע ספרים אנגעהויבען פון דברי יואל אויסגעלאזט ביי הרב קאפח להבדיל.

און אין סאמאר איז די ספרים פון הגאון ר"מ פיינשטיין . איך רעד שוין נישט פון הרב עובדי' בבל יראה ובבל ימצא.
אפילו אין פלעטבוש געט הרב מילשטיין א שיעור אינעם דברי יואל.

איך האב אמאל געזעהן אויפן עראפלאן איינער פון די ריעדער ברודער די מילליאנערן . וואס זיי זענען זיכער נישט קיין סאטמארע . . וויא ער לערנט אויפן גאנצען וועג דברי יואל אויף די פרשה.  האב איך עהם געפרעגט וואס איז דאס . האט ער מיר גענטפערט . אז ווען ער לערנט אויפן וועג דברי יואל. דעמאלס איז נישטא קיין טורבעלאנס. די איראפלען ווארפט זיך נישט און עס פארט רוהיג על מי מנוחות.

ראו מה בין דורות הראשונים לדורות האחרונים.

מו"ר הרב קריגער ז"ל האט געזאגט כמה פעמים נאכדעם וואס ער פלעגט זיך מתווכח זיין מיטן רבין זי"ע . אז ווען די חסידים זאלען האבען די מידות פונעם רבין זי"ע וואלט דאס געווען א שיין חסידות וד"ל.


verbeenich » 5/12/2007 19:10

 עבד געוואלדיג,
האסט מיר אראפגענומען א שטיין פון הארץ,
האסט מיר זייער פארגרונגערט מיין ארבעט.
אויף דיר קען מען זאגען

תַּחַת-עֶבֶד, כִּי יִמְלוֹךְ;    וְנָבָל, כִּי יִשְׂבַּע-לָחֶם. (משלי ל פסוק כד)

ער ברענגט פון מיר אזוי

אכטונג נישט נוצען קיין שום סטראבערי
יא, איהר זעט גוט אפילו די פראזען פון קיין שום פירמע!!!.
אלעס איז ווערעמיג

יא, איהר זעט גוט אפילו די פראזען פון קיין שום פירמע!!!.
אלעס איז ווערעמדיג

אין ער ענדיגט

עד כאן השקר

היידפארק לייענער און שרייבער זייטס מוחל גייט אריין אין סיי וועלכע גראסערי אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק מאנסי קרית יואל לעיקוואוד. . טאמער עטץ וועט נישט טרעפען קיין פראזען סטראבעריס.    וועט ער אייך נאכאמאל געבען 1000 דאללער .ווייל דאס ערשטע מאל האט ער דאך שוין לויט זיינע שקרים באצאלט.

עבד האסט מיך אפגעוואנדען?

ער שרייבט אז דו וועסט דאס נישט טרעפען אין קיין ליובאוויטשע אדער קלויזענבורגע ביהמ"ד

וועסט גרינגער טרעפען א ויואל משה אין ליובאוויטש. וויא א שו"ת איגרות משה להגאון הגדול ר"מ פיינשטיין ז"ל.אין סיי ועלכען סאטמארען בית המדרש
וואס האט דאס א שייכות צו מ'טרעפט א אגרות משה צו נישט?

די ביזט נאך אלץ א פאלנער שקרן ווייל  אין קיין ליובאוויטשע אדער קלויזענבורגע ביהמ"ד וועסטו נישט טרעפען קיין ויואל משה אפגעזען צו אין סאטמאר איז דא א אגרות משה!!

איך האב מורא אז זיין  טויזענטער איז אויך פאלש און מען וועט נאך ארעסטירען דערפאר.

האסט א ברירה טרעף א ויואל משה און קלויזנבורג

ער פירט אויס זיין שקר בהאי לישנא!!!!

יא און איך האלט מיך ביי דעם נאך אלץ
און נאך שטערקער ווי פריער

און דאס מיינט
א פאלנער קשרן!!!

ער האט געעפענט  א אשכול..

בושה תכסה פנינו

אז מען האט געטראפן בחורים שבת נאכמיטאג אין סאוט פאלסבורג אין א רעסטוראנט. און ער פארפירט דארט אין דעם אשכול
און ער ברענגט א פאליס רעפארט וויא עס שטייט בפירוש אז דאס איז געווען מוצאי שבת 10 אזייגער צייט.

און יעדער ווענד עהם דארטן אפ.

נאדיר דעם לינק אדרבה זאל יעדער זען 
וואס דאס מיינט
א פאלנער שקרן!!!!
 http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2254867

און מיט א בלעכן פנים קען נאך דער עבד שרייבן

און ער האט א בלעכן פנים ער לאכט זיך אויס און בלייבט מיט זייין אמת.  דער פאליס דעפארט איז א שקרן

נאך א אשכול פארפירט ער

אז יעדער נוצט שוין נאר דעם יורא . מען נוצט שוין ניטאמאל דעם דאללער

איך מיין אז דאס האט ער געהערט פונעם בדחן רבי יענקל מיללער
אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער הערט און ער פארדרייט כדי צו מאכען אלעס זאל זיין נאר אמת.

ניטאמאל ליינען קען ער נא פון ווי זאל ער קענען אפלערנען גראד א שטיקעל גמרא.

 ער מאכט דעם משנת חכמים דעם חשובען שרייבער פון כל העולם כולו. פאר א ליגנער. ווייל דער יענקעל פון קערעסטירער ביהמ"ד אין קראון הייטס האט   דאך ביי דעם משנת חכמים געגעסען .

און ביי עהם איז עס א באבע מעשה

עס איז א באבע מעשה ווייל ר' יענקל אליינס פארציילט נישט אזוי די מעשה

יא ס'איז א באבע מעשה
אפגעזען ווי ר' יענקל האט געגעסען, איך דינג זיך נישט ווי ער האט געגעסען איך זאג נאר אז די האסט אויסגעזויגן א מעשה פון פינגער אזוי ווי תמיד מיט אלע דיינע מעשיות

אין דא הייבט ער אהן סתם צו שימפען

זעהט אויס אז ער האט געטראפן . די זיבען פעטע קי . פון די וואכענדיגע סדרה . וואס גייט געשאחטן ווערן ביי די נייע מיעל מארט שחיטה אין טעקסאס.   און אויך האט ער געטראפן די זיבען מאגערע קי וואס ער גייט שחטן ממליחה ואילך אין ערארע איללינאיס אונטער די יעצטיגע מיעל מארט.

אויך די פעטע און פולע זאנגען פון דעם חלום די וואך . מיינט ער אז דאס איז די לאנג איילענד ווייץ.

און דאס וואס די מאגערע זאנגען האבען איינגעשלינגען די פעטע זאנגען מיינט אז די נייע סאטמארע בעקערי וואס איז נאך ניי און מאגער וועט אי"ה איינשלינגען די פעטע זאנגען די אלטע אויסגעפאשטעטע בעקערי

און וואס איז וועגן די דין תורה אין בארא פארק וועגען דעם קלף?

און וואס איז וועגען גיסינגער מעשה וואס גאנץ בודק פארלאזט זיך דערויף?

און וואס וועסטו זאגען ווען אלע מעשיות אויף די בראדוועי מצה בעקערי וועט ארויפשווימען אויפן וואסער?

איין תירוץ וועסטו האבען אויף אלעם!!!!

שקר שקר שקר

א פאלנער קשרן!!!!

איך אייל מיך זייער ווייל זריזין מקדימין. איך וויל באלד גיין צינדן חנוכה ליכט בשטו"מ

וואס האט די פעטע קי מיט די מאגערע קי מיט די דין תורה מיט גיסינגער מיט בראדוועי
און דעס גראדע מיינט נישט קיין פאלנער שקרן דאס מיינט
פערדעריי כדוגמת נחום רז"ב

 איך וויל נאך מוסף זיין אז א קלויזענבורגער פון וומס"ב האט געזאגט אז עס איז דא דער דברי יואל. און בכלל אלעס איז דארטען דא. .(אויסער אין ראחמסטריווקא וויא עס איז נישטא קיין פאליטיק ספרים) .

דו גלייבסט דאך נישט די קלויזענמבורגער ליגנערס .  נו! וואס ווילסטו איך זאל מיך יעצט פאר חנוכה ליכט מטמא זיין און אריינגיין אין די קלויזענבורגער ביהמ"ד (תיפלא רח"ל)


הערטס וואס דא גייט פאר א קלויזנבורגער האט עם געזאגט אז עס איז דא א דברי יואל אין קלויזענבורגער ביהמ"ד
טענו בחיטים והודו לזכר קדשו
מיר רעדען פון א ויואל משה אדער עה"ג
מיר רעדען נישט פון דברי יואל

אפילו דער קלויזענבורגער האט דיר געזאגט אז דער דברי יואל איז א פאליטיק ספר (עפ"ל) זעט אויס אז אין קלויזענבורג האלט מען פאליטיק ספרים נאר ראחמסטריווקא איז ריין פון פאליטיק

אלע יארן אין מיינע יונגעל און בחורישע יארן ..  פלעגען מיר דורכגיין מיט אונזער מלמד ז"ל. און מען האט דריי מאל געשפיגען. און יעדעס מאל הויעך געזאגט "שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא"  כדת וכהלכה אזוי וויא עס ווערט געפאסקענט אין הלכות "ווער בין איך" און "וויא בין איך" און אין די אלע פאלשע ראשונים

ניין נאר די ביזט א פאלנער שקרן דע מעשה איז לא היה ולא נברא אזוי ווי אלע דיינע מעשיות

און עס איז דא  א יונגערמאן אין מיין שכנות וואס זיין טאטע דאווענט  אין 14 הופער. און ווען מען פרעגט עהם . וויא דאווענט דיין טאטע?   ענטפערט ער . ליידער דאווענט מיין טאטע אין קלויסטער אויף הופער.     דער עולם לאכט און מיינט אז ער דאווענט אין קלויסטער הופער קארנער מארסי.

ענטפערט ער מיטן לשון הגמרא אין מסכת שבת וואס ווערט א סאך געברענגט אין סה"ק ויואל משה(די גמרא איז אין מסכת שבת דף קט"ז ע"א "אמר רב טרפון וכו'  " און אין ויואל משה איז עס אויך דף קט"ז)
אז ענדערש זאל מען אריינגיין אינעם נוצרישען קלויסטער אויף הופער מארסי.  וויא ענדערש אריינצוגיין אינעם חסידישען קלויסטער אויף הופער קענט . וד"ל.

גיי אריין אין סיי וועלכע ישיבה וויא עס איז נישטא סאטמארע בחורים וועסטו זעהן אלע ספרים אנגעהויבען פון דברי יואל אויסגעלאזט ביי הרב קאפח להבדיל.

און אין סאמאר איז די ספרים פון הגאון ר"מ פיינשטיין . איך רעד שוין נישט פון הרב עובדי' בבל יראה ובבל ימצא.
אפילו אין פלעטבוש געט הרב מילשטיין א שיעור אינעם דברי יואל.

איך האב אמאל געזעהן אויפן עראפלאן איינער פון די ריעדער ברודער די מילליאנערן . וואס זיי זענען זיכער נישט קיין סאטמארע . . וויא ער לערנט אויפן גאנצען וועג דברי יואל אויף די פרשה.  האב איך עהם געפרעגט וואס איז דאס . האט ער מיר גענטפערט . אז ווען ער לערנט אויפן וועג דברי יואל. דעמאלס איז נישטא קיין טורבעלאנס. די איראפלען ווארפט זיך נישט און עס פארט רוהיג על מי מנוחות.

ראו מה בין דורות הראשונים לדורות האחרונים.

מו"ר הרב קריגער ז"ל האט געזאגט כמה פעמים נאכדעם וואס ער פלעגט זיך מתווכח זיין מיטן רבין זי"ע . אז ווען די חסידים זאלען האבען די מידות פונעם רבין זי"ע וואלט דאס געווען א שיין חסידות וד"ל.

ר' טרפון מיט אגרות משה רב עובדי' מיט רב מילשטיין מיט רב קריגער מיט די ריעדער ברידערס

קענען נישט מאכען אזא טורבעלענס ווי די קאשע וואס די האט דא צוזאם געקאכט

מיט דע אלע מעשיות קען איך רואיג אויספירען אז די ביזט

א פאלנער שקרן!!!!
אן צו דעם אלעם א פערד כדוגמת נחום רז"ב

און אויך זעמיר געוואר געווארן אז דברי יואל איז א פאליטיק ספר
נישט ח"ו אז די האלטסט אזוי (קען זיין אז יא אין וועגען דעם אויב די זעסט איינעם אריינקוקען און דעם הייליג ספר אויפן פליגער
ביזטו אזוי פארוואונדערט, אז ער קוקט פאליטיק בשטתן פליען און ער זאגט נאך אז דעס איז ביין עם א סגולה קעגען טורבאלענס),
נאר דער קלויזענבורגער זאגט אז אין ראחמסטריווקא האלט מען אזוי.

allgood1s » 31/8/2009 06:58

ב"ה מ'האלט שוין דא