אין די טעג רעדט מען גאר שטארק ארום אין פילע חדרים פון דעם גרויסן נס
וואס דער בורא ב"ה האט געטוהן מיט כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע ווען ער איז
ארויסגעראטעוועט געווארן דורך וואונדערליכע וועגן ממות לחיים, און מען
פארגעסט נישט צוצולייגן אז ווען נישט אז ער איז געראטעוועט געווארן וואלט
אמעריקע געווען דאס וואס עס איז געווען פארן קריג ווען זייער פילע אידן
זענען ליידער אפגעפארן און אינגאנצן אראפגעווארפן דאס אידישקייט ווען זיי
האבן באטראטן דאס לאנד אמעריקע, און פון הימל האט מען אונז אראפגעשיקט דעם
איד וואס מיט זיין גרויס צדקות און גאר הימלישע כוחות האט ער אויפגעשטעלט
דאס אידישקייט אין דעם מדבר שממה.
איך וועל לאזן דעם עולם זאל דערציילן מיט וויפיל ער האט צוגעגעבן און אויב אן אים וואלט טאקע נישט געווען קיין אידן אין אמעריקע, און וועל בלויז צולייגן א ווארט וואס איך האב געהערט נאכזאגן בשם דעם בארימטן וויצלער און געשמאקער פארברענגער הרב אשר כ"ץ נ"י וואס האט געזאגט אזוי:
אי לאו האי יומא, ווען נישט דער טאג כ"א כסלו, כמה פאפא'נע איכא בשוקא, וויפיל פאפא'נע וואלטן געווען אין גאס, און אנשטאט מען זאל טראגן דעם נאמען 'סאטמארער' וואלט מען געווען א חסיד פון א צווייטן רבי אדער אדמו"ר. ודפח"ח.