תירוצים בית יוסף'ס קשיא - ווערטלעך..
דער ראש וראשון וואס האט מחדש געווען זעקס און דרייסיג רעבישע דזשאקס אויף חנוכה, איז געווען דער אלעמענס באליבטער יארמער רב.
איז פותחין בכבודו, אז ער האט פארגערעדט בשם די צדיקים הדור, און געזאגט זייער תירוץ כדרכם ומנהגם.
א] תולדות אברהם יצחק רבי, 'נו, אז ס'קען אויספאלן צוויי מאל שאבעס קוידעש... אוי שאבעס שאבעס.. אוודאי זאל מען מוסיף זיין א טאג..
ב] ר' אהרן מסאטמאר, 'דא בין איך מרא דאתרא, און דערוואגען זאל איינער נישט צינדען אכט..'
ג] סקווערא 'דער טאטע זכרונו לברכה פלעגט צינדן אכט.. בין איך נישט משנה..
ד] פאפא, 'אויב סאטמאר טוהט אזוי, טוהען מיר אויכעט..
ה] ספינקא, כדי ס'זאל זיין גענוג פאר אלע ספינקא הויפן.. צו נעמען א לעכטל פאר זיך
ו] באבוב, 'אה, ס'דארף דאך זיין אייניג.. אויב זיבן איז דאך עס נישט איווען..
ז] יארמער רב.. 'אויב וואלט מען געצינדען זיבן, וואלט דאך געבליבן די אכטע ליידיג, וואלט מען געדארפט צוברעכען אלע מנורות און מאכן זיבן רערן, אלץ טירחא דציבורא. האט מען געלאזט אכט טעג.. ודפח''ח.
ח] לאז איך פאר אנדערע צוזאגען די אכטע טעם..
י] בעלזא:מ'זאל קענען עסן נאך א טאג לאטקעס
_________________
Stop Hillary Express
ווייל די חכמים האבן געזען מיט זייער רוח הקודש אז עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט צינדען איין לעכטעלע ווייניגער יעדן טאג פון חנוכה (וועט אויסקומען אז די ערשטע טאג חנוכה וועט מען נישט צונדען) וועט נאר זיין זיבן טעג
האבן די חכמים מתקן געווען אז מען זאל צינדן 8 טעג אז ווען די אויבער חכמים וועלן מאכן די נייע גזירה זאל בלייבן 7 גאנצע טעג
די קומעדיגע שטיקל האב איך גענומען פון אנשי שלומינו
א גרופע ישראליש'ע ענווייערמאנטליסטן, האבן אנגעהויבן א קאמפיין, זיי בעטן זיך אז לטובת די מערכה פון 'ראטעווען' די ערד קוגל פון אונטערגיין, זאל מען צינדן מיט איין ליכטל ווייניגער.. משוגע צודרייט, ליינט אין האט הנאה.
http://www.jpost.com/servlet/Satellite?cid=1195546797524&pagename=JPost/JPArticle/ShowFull
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בה אבות פ"ד מ"כ פירוש אל תחשוב מה שאמר "ונקה לא ינקה" שמות לד ז שהוא כולו פורענות ומדת הדין, אלא הוי מסתכל בשאר אותיות שיש עמהם, דהיינו ו'ה' מן ונקה, וי'ה' מן ינקה, שהוא שם של ד' אותיות ושל רחמים, וזהו מנותר קנקנקים נעשה נס לשושנים, רצה לומר שהנותר מק'נ'ק'ן' הוא עשה לאבותינו בימי חנוכה.
_________________