אזוי ווי דעם שב"ק האט מהרז"ל געגעסן מיט די בחורים (ווייל רבינו שליט"א האט דאך קודם געמאלדן האט ער כמעשה קאפי קעט אויך געזאגט למה נגרע)
נאך זיין סעודה האבן זיך די בויעס ארויסגעלאזט אויף די גאסן און אנגעהויבן נאכשרייען וועמען זיי האבן רח"ל געזען טראגן מיטן עירוב. אינצווישן האבן אפאר איידעלע בחורים באמערקט א פרוי שטופן א קערידזש... אה דאס איז מצוה מן המובחר.
די איידעלע טייערע צאן קדשים האבן איידעלערהייט צוגעגאנגען צו איר און איר שיין געשריגן "שבת"... מרשעת... מחלליה מות יומת... איר זענט א רשע'נטע... און אזוי ווי די רשעות'דיגע פרוי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט האבן די איידעלע בחורים נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, נאר אויפגעהויבן עטליכע שטיינער פון די גאס און איר שיינערהייט געווארפען און געשריגן נאך איידעלע לשונות, פאר די פרוי און האבן געמאכט א געוואלדיגן קידוש שם שמים ברבים.
עטליכע פרעמדע מענטשן האט נישט געפאלן וואס די טייערע בחורים טוען, האבן זיי געשריגן אויף די בחורים היתכן אז זיי שרייען נאך פרויען... אבער וואס פארשטייען דען די פאפא'ער, סקווירא'ער, טאהשער, און סתם מענטשן... מיר האבן דאך א בפירוש'ע הוראה פון אונזערע דיינים אז מ'דארף בפירוש יא נאכשרייען פרויען, און אויב ס'העלפט נישט מעג מען לכתחילה ווארפען צרורות ובליסטראות, און מאכן א מעכטיגן כבוד שמים.
_________________