די וואך האט דוד עקשטיין געוויילט אין מאנסי און ער האט געדאוונט גאנץ שבת נאר אין סאטמאר, און נישט אריינגעטרעטן אין די ארונישע שול.
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס דוד עקשטיין קומט קיין מאנסי און דאוונט נאר אין שול פונעם מאנסיער סאטמארער רב שליט"א, אבער די וואך איז עס געווען א ספעציעלן ווייטאגליכן פראסק פאר די ארונים ווייל די וואך האבן זיי געמאכט א גאנצן טראסק וועגן כ"א כסלו. זיי האבן געברענגט עפעס א רעדנער פון די מרחקים און געפירט אן אייגענע טיש, פרובירנדיג צו גיין קאמפעטישן מיטן שיינעם טיש פון הגה"צ מאנסיער סאטמארער רב שליט"א, אבער צום סוף האבן זיי נישט נאר געהאט אן אויסגעשפילטן שבת, נאר דער קרוין פון די ארונים, דוד עקשטיין, האט באיקאטירט זייער "מעכטיגן שבת" און געגאנגען דאווענען דוקא אין סאטמאר.
דאס איז שוין די דריטע מעכטיגע פראסק וואס די ארונים האבן געהאט די לעצטע פאר וואכן.
די דריי פראסקעס.
1. הגה"צ דומ"צ קיט"ל בקר"י שליט"א באטייליגט זיך ביי לוי' פון הגה"ק ר' אברהם לייטנער זצ"ל
2. רבי משה גרין שליט"א, וואס די ארונים האבן פארקויפט ביז יעצט אז ער איז אן ארוני, באטייליגט זיך ביי צענטראלע כ"א כסלו מסיבה אין סאטמאר.
3. להבדיל אלף אלפי הבדלות דוד עקשטיין באיקאטירט ארונישע שוהל אין מאנסי און קומט דאווענען קיין סאטמאר.