נעכט האט ער אריינגעגעבן און קאורט א דעקלירעשן אז ער איז UTA
ונראה מה יהיה עם חלומותיו
חלומות שוא ידברון.
עס וועט האבן אזא ענדע ווי אלע ענקערע חלומות.
איציק-מיכל
ווער הייסט דיר עפענען אזאנע אשכולות? די זעסט נישט אז די זאליס ברעכן שוין באלד אויס די טשיז קעיק וואס זיי האבן געפרעסן פאריגע וואך?
ליצנות אין א זייט געלייגט, וויל איך דיר זאגן איך האב אויך געהערט פון דעם, אבער ווי באלד איך קען עס נישט קאנפירמען אין אויך לייגט זיך דאס נישט אופן שכל, עס האט אינגאנצן נישט קיין פשט, במילא האב איך נישט געפענט קיין אשכול דערוועגן, ווייל ממה נפשך ליגט עפעס דערין דארף מען זיך האלטן פארמאכט דאס מויל (עיין זאלידאן ועוד), ווידער איז עס נישט אמת , נו אבי צי טשעפענען די זאלונים האט נישט קיין זון.
אין איך בעט די מנהלים זאלען עס אויסמעקען , מען דארף נישט עפענען אשכולות אויף סתם לופט סברות אדער אומקראנטע מקוה נייעס......
די מנהלים זאלן עס נישט אויסמעקן. ער האט דאך קלאר געשריבן אז דאס איז נאר א חלום פון יאסי בראך.
אגב, אויב יאסי איז אין טשארדזש מיינט עס אז די אהרונים וועלן זיכער פארלירן, ווייל דאס איז באמת די סיבה פארוואס זיי האבן פארלוירן דעם פריערדיגן קעיס, וויבאלד זיי האבן פון אנפאנג געלאזט יאסי'ן עס אנפירן, און ווען יאסי האט געמאכט א חוכא וטלולא פונעם קאורט סיסטעם האט ער נישט נאר אויפגערעגט באראש נאר אלע אנדערע ריכטערס וואס האבן זיך צוגעקוקט דערצו, און האבן באשלאסן אז די אהרונים זענען סתם בהמות, קרימינאלן און משוגעים (עי' בריכטער סמיט'ס דיסענט)
די אהרונים זאלן מיר שטארק מוחל זיין, אבער ווען איין צד ברענגט שולחן ערוכ'ס און טאנצט הכל יודוך אין קאורט, דארף די אנדערע צד נישט משחד זיין דעם ריכטער אז ער זאל פסק'נען לטובת זיי.
יאסי בראך רעפרעזענטירט קיינעם נישט, אויסער זיך
ער ארבעט אויף זיין אייגענע האנט
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 30/11/2007 3:52:49
רבי יונה !
דאס איז נישט קיין תרוץ ווייל אויב עס איז אמת אז ער ארבעט אויף די אייגענע האנט דארף מען אים אפשטעלן לטובת הכלל .
לאמיך אייך זאגן בקיצור, 82 UTA איז אריינגעפאלן אין א מיאוס פעקל מיט די אביגדור פרשה, אין די באנק איז דער וואס ברענגט די קלאגעס א קעגן UTA עס האט גארנישט מיט העסקן הנמרץ הרה"ח יעקב יוסף בראך הי"ו, דאס אז די זאליס קענען זיין אויף געבראטענע צרות גיבט זיי נאך נישט קיין רעכט אויסציגיסען זייער כעס אויף העסקן הנ"ל, גיסט אויס ענקער כעס אויף אשר מיילעך מייזעלס אין דער בירך ליפא רעבע פארוואס זיי האבן אזוי מיאוס זיך געלאזט פארפירן פון אביגדור , ודו"ק כי קצרתי.
מען קען אים נישט אפשטעלן. ער טוט וואס אים שמעקט.