היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סענזאציע... ריכטער באראש ווערט גאנערט ביי זאלונים כ"א כסלו

סענזאציע... ריכטער באראש ווערט גאנערט ביי זאלונים כ"א כסלו

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2321855

ארגינעלער » 29/11/2007 23:49

אזוי ווי ריכטער באראש האט פאר א האלב מילאן דאלאר דעליווערט די בנינים פאר די דאלונים, גייט ער איצט ווערן באעהרט ביי זייער כ"א כסלו צערעמאניע מיט א פלעק, און עטליכע זשיגאן טעיפס מאוצרו פונעם לאקאלן.

דאס יז נישט קיין וויץ, ס'איז ריכטיגע אינפארמאציע,
 
ס'קען זיין אז ס'וועט זיך אפשר טוישן, צוליב די פרייצייטיגע ליקעדזש און היידפארק מעלדונג.

סקאטמאלען » 30/11/2007 00:06

לאמיך ענק עפעס זאגן, דער קומען, יענער קומען, ס'ניש קיין גרויס נפק"מ, איין זאך איז זיכער זייער כ"א כסלו, גייט זיין ONE HAPPY SITE

THEY ARE SITTING NICE AND PRITY

איך האב באמת רחמנות אויף ענקער כ"א כסלו, איך ווייס נישט ווי אזוי עטס קענטס פראווען א סעדות הדואה אין אזא צושאסענע מצב. איך וואלט עס גערופן א ניחום אבלים

Ziskeit » 30/11/2007 01:09

ארגינעלער, ביסט א פערד אדער רעדסטו זיך איין אז דער עולם איז א באנדע פערדן?

באראש גייט געהאנערט ווערן מיט א פלעק אין דזשיגאן טעיפס, און דאס איז נישט קיין וויץ.

וואס מיינסטו? מיר זענען כתה א' יונגלעך?

אזוי האבן א פנים אלע דיינע מעשיות און דאס איז די סיבה פארוואס ווען מען זעט א הודעה פון דיר גלייבט עס קיינער נישט.

אויב ווילסטו אז מען זאל דיר גלייבן סטאפ מיט די בהמישע אשכולות, ווי למשל אז זלמן לייב האט זיך צופראסקעט מיט ליפא א.א.וו. ווייל נישט נאר גלייבט קיינער נישט וואס דו שרייבסט, נאר דו פארלירסט דיין טראסט.



תוקן על ידי ziskeit ב- 30/11/2007 1:31:21

משה_זיכמוך » 30/11/2007 01:09

מר. מאלען איך פארשטיי נישט אמאל ביסטו א זאלי אמאל אן ארוני יו גאטע מעק אפ יור מיינד

DRUDGE08 » 30/11/2007 01:20

. תוקן על ידי - Drudge08 - 30/11/2007 1:33:01

_________________

Ziskeit » 30/11/2007 01:37

איך מיין אויך אז סקאט מאלען מוז פארשלאסן ווערן, ווייל איך האלט אז יעדער וואס שרייבט אדער האט עפעס א שייכות מיט יענעם קינדערישן און מנובלישן פארום באלאנגט נישט צווישן נארמאלע מענטשן.

_________________

ערליכעאיד » 30/11/2007 02:08

Ziskeit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך מיין אויך אז סקאט מאלען מוז פארשלאסן ווערן, ווייל איך האלט אז יעדער וואס שרייבט אדער האט עפעס א שייכות מיט יענעם קינדערישן און מנובלישן פארום באלאנגט נישט צווישן נארמאלע מענטשן.



קינדיש יא דאס האלט איך אויך
אבער מנובליש? מיט וואס איז דארט מער מנובליש ווי דא אדער עני אנדערע פארום אויף בחדרי חרדים?

רבי_יונה » 30/11/2007 04:08

סקאט מאלען,

דו סאונדסט מיר אביסל ווי יאנקעלע גליק, האט ליב צו טאנצן אויף ביידע חתונות, האט ליב זיך צו טענה'ן מיט ביידע זייטן, און צו וועלכע זייט ער קומט, האלט ער מיט די אנדערע זייט

זייער פיין, דאס זענען דיינע רעכטן און עס זאל דיר וואויל באקומען

אבער וועגן כ"א כסלו, אז ביי זיי גייט זיין "וואן העפי סייט", מיט דעם בין איך טאטאל מחולק מיט דיר, אויב דו ווייסט עס נישט אליין נאר דו קומסט דיך טשעפען דא אזוי ווי עס איז דיין מנהג דא אויף היידפארק זיך צו טשעפען מיט אלע צדדים

דער כלל איז, מען דארף וויסן ווי אזוי צו געווינען און ווי אזוי צו פארלירן. מען דארף געווינען מיט איידלקייט און פארלירן מיט שטאלץ

די זאליס און דער איד קענען ביידע נישט
אז די האסט אויפגעמאכט פאריגע וואך דעם איד, האסטו געקענט מיינען אז זיי האבן גאר פארלוירן, אזוי שטארק האבן זיי געשאלטן

ווער רעדט נאך ווען יאנקעוו שאמשון גאלד האט אנגעהויבען מאכן מיאוסע טעלעפאן קאלס צו יונגעלייט וועמען ער האט קיינמאל נישט געקענט, האט זיכער אויסגעזען ווי זיי האבן פארלוירן

און ווען עס האט שוין פאסירט אמאל אין די פארגאנגענהייט אז די זאליס האבן געהאט א שלעכטן טאג, וואס האט דער איד געטאן? געשאלטן און געשאלטן, ווי דער גרעסטער לוזער אויף דער וועלט

די ארונים האבן יעצט פארלוירן, יא גערעכט. אבער קיין איין נעגאטיוו ווארט האסטו נאכנישט געזען אין בלאט דערוועגען
איין מודעה'לע אז די קהלה גייט ווייטער אן, און דעם בית החיים האט מען נישט פארלוירן, וזהו

בדרך העולם גייט עס, ווער עס פארלירט, דער פאררופט גענעראל פארזאמלונגען, ווי דו האסט געקענט זען טאקע ביי זאלי אליין, ווען ראזענוואסער האט געפסקענט פאר די ארונים און ער האט געמאכט א גרויסן גענעראל פארזאמלונג

דערווייל, ווער מאכט יעצט א גענעראל פארזאמלונג? איר האט געגעסט, זאלי
און נישט סתם א גענראל פארזאמלונג, נאר זייער כ"א כסלו סעודה, וואס זיי קענען פארוואנדלען אין "איין גרויסע העפי סייט" ווי דו זאגסט, האלטן דרשות חסדי ה' כי לא תמנו, וכו' וכו' וכו', האבן זיי ענדערש באשלאסן צו פארוואנדלען אין א פאליטיק עווענט.

איין זאך וואס דו קענסט נישט צו נעמען פון די ארונים, און מעגסט חוזק מאכן דערפון ווי אלע זאליס לאכן כסדר אז ווען די ארונים פארלירן האלטן זיי גאר אז זיי האבן געווינען

יא, א גוטע וויץ, די ארונים געווינען אייביג, אבער איין זאך מוזטו מודה זיין, זייער גוטע ספיריט קענסטו נישט צונעמען, קיינמאל!!

סא אחרי כל זה, בין איך גארנישט מסופק ווי עס גייט זיין דעם מוצאי שבת "וואן העפי סייט" און ווי מען וועט דארפן מנחם אבלים זיין

_________________

13Hooper » 30/11/2007 04:40

ר יונה מצאה בו מנוח
אהרונים פארלירען קיינמאל נישט, די שמחה אין oיפוק מיט וואס ארונים באקימען פין אינזער רבין שליט"א וועט אינז אריבער טראגען אלע שווערע צייטען

לאמער אלע זינגען א נייע ניגון

על כל גל וגל
על כל גל וגל
נעניתי ראשי" 
נעניתי ראשי" 
 
על כל גל וגל, גל וגל, נעניתי ראשי" 


מה_טובו » 30/11/2007 05:10

רבינו יונה
A-1

גוט ארויסגעברענגט

אשרינו מה טוב חלקינו......
והבדילנו מן התועים......

עבדעברי43 » 30/11/2007 14:50

עס זעהט עפעס אויס אז דעם גענעראל פארזאמלונג . דארפן זיי עפעס האבען פאר ליגעל צוועקען. דעמאלס ווען זיי רעכענען זיך צו האבען זייער גרעסטן עולם (זיי קאלן ממש יעדען יחיד)  דעמאלס ווילן זיי אויף עפעס א אופן זאגען אז דאס איז א גענעראל פארזאמלונג פון די קהילה.

איינער פון די וויליאמסבורגע  ראשי הקהילה האט מיר געזאגט. אז די גרעסטע חוצפה און חורבן איז אז מען האט נישט געקענט ערלעדיגן . אז די אהרונים זאלן זיך נישט קענען רופן קהל יטב לב דסאטמאר .

עפעס זעהט אויס אז וועגען עפעס א זאך האבען זיי ספעציעל אריינגעשטעלט א עקסטערע בלעטל אין איד אז 12 ביינאכט וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג

_________________

פארלעסליך » 30/11/2007 18:29

מקורות???

_________________

הכל שריר וקיים