היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער בלאט איגנארירט די גרויסע געווינסן!

דער בלאט איגנארירט די גרויסע געווינסן!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2317878

הבדלה_מנין » 23/11/2007 07:11

דער בלאט איגנארירט די גרויסע געווינסן!

ליינענדיג דא די אנאליסטן און די לעגאלע מוחות צונעמען די פסקים פון די ניו יארק סופרים קאורט אז מיט דעם פסק האבן די ארוינים באקומען דעם בית החיים אין קרית יואל, געווינען בארא פארק און אויך שטערקער געווארן אין קרית יואל האב איך ערווארט די גרויסע טרויאמפדיגע העדליינס אין דער בלאט, אזוי ווי עס איז געווען נאך די פילע געווינסן ביז יעצט אין דעם פראפעגאנדע צייטונג פון דעם פארטיי.

דערווייל גארנישט, קיין ווארט נישט פון די מאניומענטאלע געווינסן אויף די העדליינס .

וואס איז פשט?

DRUDGE08 » 23/11/2007 07:34

גראדע די בלאט שרייבט שוין נישט קיין פאליטיג און וועגן קארט שוין באלד צוויי יאר , ביי די געווינס און בארא פארק (ווען די ריכטער האט ארויסגעווארפן די קעיס קעגן סאטמאר) האבן זיי אויך נישט געשריבן קיין ווארט

13Hooper » 23/11/2007 07:38

עס איז שקר
דער בלאט האט קיינמאל נישט געשריבען אזוי ווי דיין נועם המדות פארטיי
שרייבט אין דער איד וואס עקעלט א יעדען אנשטענדיגען מענטש

א ביסעלע מענטשהייט איז נישטא ביי ענק

רבי_יונה » 23/11/2007 07:41

דעם געווינס איבער'ן בית החיים, איז בעסער ווען מ'דארף עס נישט איינקעשן...
מיר זענען גערן מסכים אז אלע נפטרים זאלן נישט קומען פון אונזער זייט... און מיר זאלן נישט דארפן דארט צייגן בעלות

_________________

איזראלי » 23/11/2007 11:25

אפשר וואלט געווען א פלאן איבער צוגעבן דעם בית החיים פאר די זאלי'ס און זיי זאלן דאס אנפילן ווי שנעלער .

ארענדאר » 23/11/2007 15:49

אדרבא, וואס שנעלער זיי פולן עס אן, אלס שנעלער וועלן זיי אנערקענען ווער ס'איז דער אמת'ער בעה"ב, און קומען קניען צו אונז אויף די פיס אז מיר זאלן זיך אראפזעצן פארהאנדלען מיט זיי, איבער בנינים.

פארגעסט נישט דער ביה"ח איז שוין ליידער כמעט פול, און צו קענען אויסברייטערן דעם ביה"ח מוז מען צוקומען צו א איד וואס הייסט מאיר הירש, וואס צוליב אידעאלאגישע סיבות פארהאנדלט ער נאר מיט סאטמאר.

האטבטחון » 23/11/2007 18:01

הייסט ארענדער ביסט מודה אז די יעצטיגע און די נייע בית החיים בלאנגט פאר אינז, נאר די זאגסט אז מאיר הירש וועט שטערן צו בויען די נייע חלקה זארג דיך נישט מ'קען זיך אן עיצה געבן דערמיט

ארענדאר » 23/11/2007 18:07

אוודאי, אויבן אין הימל באלאנגט עס פאר ענק. אבער דא אויף דער וועלט איז דאך אן עולם השקר, און אויפ'ן עולם השקר זעמיר ליידער אונז באלעבאס.

כאפטס אריין א וואדקע

הבדלה_מנין » 27/11/2007 07:59

פארוואס האט נישט פרעה אויפגעגעבען נאך יעדער שווערע מכה וואס ער האט געכאפט איינס נאך דער אנדערע?

ווייל ווען יעדע מכה האט זיך גענדיגט האט ער זיך דערקלערט אלס געווינער!!

רבי_יונה » 27/11/2007 08:21

הבדלה מנין, איך האב פאר דיר נייעס

דער הייליגער קאצקער רבי זי"ע פלעגט זאגן, אז פרעה האט געהאט איין מעלה וואס מען קען זיך פון אים אפלערנען. דער קאצקער פלעגט זיך אויסדרוקן בלש"ק: פרעה איז געווען א גבר בגוברין, צען מכות האט ער געכאפט אבער זיך נישט גערירט פון דאס זייניגע.

_________________

 



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 27/11/2007 8:21:55