היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ארוינים Vs זלוינים

ארוינים Vs זלוינים

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2317543

DRUDGE08 » 22/11/2007 17:31

לאמער מאכן א חושבן דא ווער סהאט וואס,

ארוינים

האבן א רבי מיט א רב

זלוינים האבן גארנישט

ווילימסבוירג

ארוינים

האבן ב"ה פעסטע פריש אויפגעבויטע מוסדות מיט אייגענע געלטער א גרויסע בית המדרש (טעמפערעי) א גרויסע היכל התורה וואס ס'איז נישט דא נאך אזאנס און ווילימסבוירג דריי קליינע בתי מדרשים

א מקוה האט מען נעכטן געסיינט קאנטרעקט אויף א בילדינג מ'האפט ס'וועט בקרוב זיין גרייט

א מצה בעקערי האט מען שוין אויך געקויפט א בילדינג מ'האפט אויף קימענדיגע יאר וועט עס שוין זיין גרייט אויף דעם יאר גייט מען ניצן קראלע מצה בעקערי

זאלוינים

האבן געגאנבעטע מוסדות געגאנבעטע בתי מדרשים

בארא פארק

ארוינים האבן ב"ה אלעס

זלוינים האבן גארנישט זיי האבן געהאט מוסדות ס'איז שוין פארשפארט

קרית יואל

ארוינים האבן אלעס בית החיים ביזדערוויל ביי די ארוינים

זלוינים

האבן זייער שוואכע מוסדות א נישט גענדיגטע קליינע בית המדרש

מאנסי

ארוינים האבן א פעסטע בית המדרש און מ'האט לעצטענס געקויפט א ריזגן שטח ווי מ'גייט אי"ה אלעס בויען

זלוינים האבן גארנישט אלע אלטע בנינים האט הרב חיים יושע די זאליס זענען אויף מעסער שטעך מיט עים זיי דאווענען אין קליינע פרעמדע בתי מדרשים זיי ווילן יעצט עפענען אן אייגענע

ירשלים

ארוינים

האבן א נייע בית המדרש אויפגעבויט מיט אייגענע געלטער נייע מוסדות אויפגעבויט מיט אייגענע געלטער

זלוינים

אלעס געגאנבעט

בני ברק

ארוינים

האבן ב"ה אלעס זלוינים האבן גארניש

לאנדן

צוטיילט

מאנטריאל

ציטיילט ארוינים האבן א נייע פעסטע קאנטרי

נו ווער שטייט בעסער

תוקן על ידי - Drudge08 - 22/11/2007 17:42:47

דוד46 » 22/11/2007 20:24

Drudge

נאך איין מזל אז סאטמאר האט כאטש געוואונען דעם קאורט, ווייל אויב נישט בלייבן מיר מיט גארנישט...

איך מוז דיך גראטולירן פאר דיין "טרייסטן מיט חלשות" אשכול.

עס איז ממש A1

פארלעסליך » 22/11/2007 21:31

געוואלדיג, זאלונים האבען איבעראל, ס'איז נאר גע'גנב'עט...

תנחומים של הבל!

העטעכפעטעך » 22/11/2007 21:41

דודל אפשר ביסטו אביסעל בעסער מסביר פארוואס דאס הייסט חלשות

ווי איך אין יעדער בר דעת אפילו די אויפריכטיגע זאליס פארשטייען אז די סאטמערע אימפעריע וואס זאלי מיט בן פראדעל האבן אזוי שטארק געגארט צי האבן אין טאש, איז צירינען ווי א זייפן בלאז, אמת ער האט טאקע געווינען די עקזעסטירענדע בנינים פון וומס, אבער ערגעץ אנדערש איז זאלי אויסגעשפילט אינגאנצן, ווידער די ארונים האבן טאקע פארלוירן לע"ע (וד"ל) די בנינים, אבער לאידך גיסא האבן זיי די גאנצע סאטמערע אימפעריע אין בפרט אין קרית יואל און אין בארא פארק, אין אפילו אין וומס גופא האבן זיי שוין אויך כמעט אלעס וואס מען דארף,  ווי דראדזש08 לייגט דאס זייער טריקן אראפ אין אויף די פאקטן זענען נישט דא קיין חולקים,

אמת די זאליס טראמפייטערען אין די גאסן געווינען און אין די איד פילן זיי אן מיט דעם, אבער ווען מען מאכט א גרינטליכע אנאליז זעט מען אז די אמתע געווינס האבן זיי נישט.

איך וואלט ענדערש געזאגט אז דער איד טרייסט זיך מיט חלשות, ער קען נעבעך נישט איינעמען גאנץ סאטמאר כפי תאוות גאוותנותו מוז ער נעבעך טראמפייטערען אז ער איז געבליבן מיט די בנינים אין וומס.

אין אפילו די בנינים וואס זיי האבן יא געווינען האט מען זיי אויך נישט דערקלערט בעלות, במילא מקום הינוחו להתגדר בה וד"ל ועוד חזון למועד....

DRUDGE08 » 22/11/2007 23:14

פארלעסליך צוויי פלעצער מיינט איבעראל ביי דיר

רבי_יונה » 23/11/2007 00:15

אויב די זאלונים האבן "באמת" געווינען, פארוואס דארפן זיי נאך "רייסן פלאקאטן"...

איך האב נישט געזען קיין איין זאלי צעטל אראפגעריסן. כאטש וואס ס'וואלט דאך געדארפט ווייטאן פאר די ארונים... איז א סימן, אז דער וואס רייסט איז נישט פון שטארקייט. נאר פון דעפרעסיע.

_________________

guar » 23/11/2007 00:23

דוד46 עטהענד וכל שום וחניכה דאית לי', לויט די שוים אין די האס וואס דער שטורמער (דער איד בלע"ז) שומפט אויף כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קוקט נישט אויס אז זיי זאלן האלטן אז זיי האבן באמת געווינען וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי העטעך האט זייער גוט ארויס געברענגט, א געווינער לאכט אין פרייד זיך, נישט שימפט אין שעלט מיט אזא כעס אויף אלעם .

נאר וואס דען זיי די זאלי קא. ווייסען עס נאך בעסער ווי דראדזש אין העטעך האבן עס ארויס געברענגט, במילא מוזן זיי עפעס פארקויפן פאר די יונגלעך זיי זאלן זיין מיט עפעס העפי...

דוד46 » 23/11/2007 00:36

ערלעדיגט:


די אהרונים האבן געווינען, און סאטמאר האט אלעס...

רבי_יונה » 23/11/2007 00:39

איך בין מסכים מיט גוער

איך קען מיך פארשטעלן ווי אזוי דער בלאט וואלט געשריבן ווען די ארונים וואלטן געוואונען

מען וואלט געשריבן הודו לה' כי טוב, כי לא ינוח שבט הרשע וכו' וכו', אבער איך בין כמעט זיכער (לויט ווי איך זעה ווי אזוי דער בלאט באהאנדעלט די זאכן) אז קיין ווארט, קיין איין איינציג ווארט, וואלט נישט געשטאנען וועגן זלמן לייב'ן

משה לייב דייטש שרייבט היינט אין זיין עדיטאריעל, אז אהרן טייטלבוים איז מער נישט קיין פיגור

אינטערעסאנט, דער איד סטאפט נישט צו שרייבן פון אים, און דער בלאט, די לוזערס, איז דער ווארט זלמן לייב טייטלבוים שוין נישט דערמאנט געווארן יארן

אבער אהרן איז מער נישט קיין פיגור און זאלי יא...

וואט עי ליצנות

_________________