אין אזא צייט ווי יעצט דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש, מיר ברויכן אביסל אריינטראכטן, צו קען נישט די זעלבע זאך נאכאמאל פאסירן? צו קען זיך היסטאריע נישט איבערשפילן אין יארן ארום נאכאמאל??
לאמיר אריינטראכטן, מיר געבן שווערע געלטער איבעראל זיך צו בויען, פשוטע אידן געבן טויזנטער דאללארן צו בויען מוסדות אין וויליאמסבורג, פאר די מוסדות אין מאנסי, מען גיבט כסדר געלט פאר די מוסדות אין קרית יואל, פאר די מוסדות אין בארא פארק, און פאר די מוסדות איבעראל אין די גאנצע וועלט. אזוי אויך צאלן מיר אלע מעמבערשיפ פאר די קהילה, און מיר זענען א חלק פון די קהילה.
יעצט איז די פראגע זענען מיר פראטעקטעט? איז אונזער געלט פארזיכערט? טויזנטער אידן האבן געגעבן שווערע געלטער פארן נייעם בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף ראסס סט., האבן מיר עפעס דערפון? ניין! אונזערע שונאים, די וואס האבן געלאכט פון אונז דעמאלטס, די וואס האבן חוזק געמאכט פון אונז דעמאלטס, זיי וועלן זיך באזעצן אויף 'אונזערע' פלעצער און זיך ברייט באקוועם מאכן אין 'אונזער' ביהמ"ד!
איז דא עפעס וואס גאראנטירט אונז אז אין די מוסדות ווי 'אונזער' געלט ווערט יעצט אינוועסטירט וועט ווערן גענוצט פאר 'אונזערע' אייניקלעך???! איז דא עפעס א גאראנטיע אז די בתי מדרשים ווי 'אונזער' געלט ווערט יעצט אריינגעלייגט וועט ווערן גענוצט דורך 'אונזערע' אייניקלעך??! ווער פארזיכערט אונז אז די נייע חכמים עומדים בראש וועלן נישט קענען טון מיט אונז די זעלבע וואס משה פריעדמאן האט מיט אונז געטון?!!
איז נישט די העכסטע צייט צו טוישן דעם סיסטעם?!
רביה"ק דער בעל דברי יואל זצוק"ל האט מייסד געווען די קהילה קדושה און האט אראפגעשטעלט שטאטוטן וויאזוי די קהילה זאל זיך פירן, למעשה איז די קהילה 'נישט' געפירט געווארן די אלע יארן לויט די שטאטוטן נאר לויט די אינטערעסן פון יחידים, און 'דאס' האט געפירט צו דעם חורבן אין וואס מיר שטייען יעצט!
למעשה יעצט נאך דעם פסק זענען מיר אויסגעשטעלט צום זעלבן חורבן אינעם עתיד! אויב מיר וועלן נישט מאכן קיין טויש אינעם סיסטעם לאדענען מיר היסטאריע זיך איבערצושפילן! עס דארף אראפגעשטעלט ווערן שטארקע יסודות עפ"י תורה ועפ"י געזעץ וואס זאל פארזיכערן אז 'אונזער' קהילה נאה וחסידה, און 'אונזערע' מוסדות הקדושים, בכל מקומות מושבותיהם, זאל פארבלייבן 'אונזער', עס זאל שטענדיג פארבלייבן אין די הענט פון 'רוב ציבור'!
לאמיר נישט ווערן פארשוועמט פון 'געפילן', לאמיר טראכטן 'שכל'!
_________________