ביי די אפיעלס קאורט זענען די זאליס געבליבן מיט סקאט מאלען, וואס האט, ווי יעדער האט געזען, געמאכט גאר א שלעכטן דזשאב, און געקעקעצט א גאנצן צייט.
ווידעראום, סאטמאר האט גענומען דעם מעכטיגן לאיער דזשערי נאוועק, וואס האט אראפגעלייגט דעם בעסטן דזשאב וואס יעדער לאיער פון ביידע צדדים האט נאר אמאל אראפגעלייגט. ער האט גאר באזעסן אפגעווארפן די נארישע באווייזן פון די זאליס און געמאכט אש און פארעך פון לעכערליכע טענות וואס זיי האבן געהאלטן אין איין ברענגען זייט די קאורט האט זיך אנגעפאנגען.
אין דעם אשכול זאלן די לעגאלע קעפ דיסקוסירן די צוויי לאיערס: דזשערי נאוועק און סקאט מאלען.
_________________