א ביז תיו.
א נחת צו זעהן ווי די ברענגסט א גמרא אז צו זאגען אסור אדער מותר איז נישט פשוט, האסט געקענט ווייזען די ספרים שאנק, וואס דארף מען אלע ספרים אויב נישט מברר צו זיין הלכות??
לענין די עצם טענה וואס די זאגסט, האסטו א שטארקע פוינט, דאס הייסט, רבנים היינט האבען א טבע נישט צו זאגען דעם אמת פאר א שואל, זיי קענען זאגען אז א זאך אסור ווען איז באמת מותר, אדער פארקערט.
ושייטעל יוכיח, איז טאקע אן אמת'ר ראי', ווי גאנץ אסאך רבנים האבען נישט געהאלטען עס איז עבודה זרה, אבער האבען געקענט באשטיין אריין צו קאשען, און זאגען עס איז אסור דורך מחמיר זיין אויף יומען האר, און אזוי ארום אריין ברענגען מער די סינטעטישע האר צום עולם.
מען קען זיך מפלפל זיין אויף דעם, און טענה'ן לטובת די רבנים, אז בעצם זענען זיי גערעכט, ווייל די יומען האר שייטעל איז לדעתם אסור מחמת פריצות, נאר דער איסור הערט די עולם נישט צו, כאפען זיי זיך צום אנדערען איסור, און זאגען עבודה זרה, כולי האי ואולי.
אבער עס איז דא נאך זאכען, ווי צב"ש בורט קאנטראל, וואס די איסור כללי האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און מען קען זעהן אז רבנים ביי א שיעור וועלען "קיינמאל" נישט זאגען די גדרים פין בורט קאנטראל הלכות ווען עס איז מותר אדער אסור, דאס איז א שאלה וואס זיי נעמען נאר אויף פריוואט, און דעמאלס זאלסטו נישט וואגען צו פרעגען מהיכן דנתני, ווייל זיי וועלען די אנקוקען ווי גרעסטע שייגאץ. פארוואס?? ווייל די איסור אין דעם איז נישט קלאר, (בעסער געזאגט - די איסור איז נישט), און אויב זיי וועלען מגלה זיין דעם גדרים וואס זיי ניצען, וועלען די ת"ח צווישען דער עולם שרייען געוואלד.
לדעתי זענען זיי מכשיל מענטשען, ווייל גענוג און נאך מענטשען וואס זענען געווענליך מדקדק בקלה וחמורה זענען זיך מקיל אין דעם ענין, און אפילו שלא כדין, ווייל זיי האבען מורא צו פרעגען, און ווייסען נישט וואס מעג און וואס מען טאר נישט. (ווי למשל וועלכע סארט בורט קאנטראל).
און עס איז דא נאך כמה דוגמאות אזעלכע.
אבער דיינע צוויי דוגמאות זענען נישט גערעכט.
פארוואס??
די זלטין, איז נישט נשתנה, אדרבה, זאג די, ווען גענוי איז געשעהן די שינוי??
שינוי מיינט אז די זאך איז געווארען כעפר בעלמא, אזוי ווי די אליינס האסט צו געוויזען א כסף משנה, דאס איז אבער פעטס ארויס גענומען פין ביינער פין חיות בהמות דגים, און עס איז געבליבען פעטס, ווי איז די שינוי?????
איין היתר האב איך געזעהן, היות עס האט נישט קיין טעם, אבער ששים ברויך מען דאך, און אין מבטלין איסור לכתחילה, וכו' וכו'.
איך ווייס נישט וואס דער יאקען באבעט דיך איין, אבער אפילו די סטאר קעי, איז נישט מתיר קיין זלטין.
וה"ה די Ou
http://www.oukosher.org/index.php/articles/single/5467/C396/
און יעצט לענין די וואסער ווערעם.
איך ווייס נישט וואס די ברענגסט פין רב בעלסקי, ווייל וואס איז א נפק"מ ווי עס ווערט באשאפען???
ביי וואסער איז נישטא קיין היתר פין לא פירש. (אין א כלי עכ"פ).
און די שטודיע וואס די ברענגסט, אדרבה ברענג א מקור, ווייל וואס איך ווייס איז אז אני הקטן ראיתי בעיני, לעבעדיגע ווערעם אין די וואסער, און טאמער קענען ביינער לעבען, זענען זיי ווערעם, און אסור עפ"י תורה.
די היתירים אויף די ווערעם אין די וואסער זענען "נישט" אזוי גוט, יעדער ווייסט דאס, עס איז אן אמת'ר אלטע מחלוקת, נאך פין די ווערעם אין די שטאט אומאן, כידוע די תשובת ד"ח וואס "אסר'ט" צו טרינקען, דארט איז אויך געוועהן מקילים.
איין זאך איז זיכער, אז לויטען ד"ח איז אסור די היינטיגע ווערעם, און ממילא, טאמער די ד"ח איז חשוב ביי דיר, דארף מען מחמיר זיין.
אויף ביטול, דאס הייסט בדיעבד נאך דעם וואס מען האט עס שוין אויסגעמישט, איז כמעט יעדער מקיל, ווייל די ביטול איז נאר מדרבנן (ברי'), אבער די ווערעם אליין, איז באמת באמת נישט כדאי מקיל צו זיין. און דאס איז נישט דא דערמאנטע קאנספקריענסי וואס איז פריער אדורך גרעדט.