היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאנטאג וישלח קען זיין א פסק

מאנטאג וישלח קען זיין א פסק

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2314608

DRUDGE08 » 18/11/2007 02:40

אויף די קארט קעלענדער http://www.nycourts.gov/courts/appeals/calpro/calendar.pl?calendar=defaultהאבן זיי ארויפגעשריבן אז קימענדיגע מאנטאג גיין זיי ארויס געבן פסקים

די גאס שמועסט אז די זאליס האבן געווינען

איציק_מיכל » 18/11/2007 04:43

אין ראדני האט מ'ען געשמיעסט אז נעקסטע וואך קומט א גרויסע קידוש

געווינער » 18/11/2007 05:43

"אויב" דער פסק וועט זיין די וואך דעמאלט וועט עס זיין מאנטאג, אבער ס'איז נישטא קיין הונדערט פראצענט גאראנטי אז דער פסק וועט זיין די וואך, עס קען זיין נעקסטע וואך און אויך צוויי וואכן ארום.

און דער עולם זאל זיך אויפהערן צו צוהערן צו יאסי בראך און די אנדערע בהמות וואס ווילן זען א פארלוסט צוליב פריוואטע פאליטישע אינטערעסן, און זיי זענען גרייט בידים אונז אפצוטאן שאדן, דורך פארשידענע וועגן.

איך זאג נישט אז מען וועט געווינען און איך זאג נישט אז מען וועט פארלירן. דאס קען איך אבער זאגן מיט קאנפידענץ אז קיינער ווייסט נישט וואס דער אויסגאנג וועט זיין און אפילו אויב מען פארלירט קען מען געווינען דורך אנדערע וועגן. למשל, די ריכטער קענען ארויסווארפן ראזנוואסער און צוריקשיקן די קעיס צו די לאוער קאורט, וד"ל.

איך וויל נישט רעדן צופיל מער, און כ'בעט די מענטשן וואס ווייסן יא וואס זיי רעדן אז זיי זאלן זיך האלטן דאס מויל און נישט באגיין די מיסטעיקס פון די פארגאנגענהייט.

_________________

געווינער » 18/11/2007 06:14

אגב, מאנטאג איז נישט די איינציגסטע טאג נעקסטע וואך וואס ס'קומט א דעסיזשען.

זיי גייען נאך איין טאג נעקסטע וואך ארויסגעבן דעסיזשענס (כאטש נישט דאנערשטאג, וועגן חגא), און זיי וועלן עס מעלדן א טאג פארדעם.

_________________

DRUDGE08 » 18/11/2007 06:17

מן הסתם האבן זיי געטוישט דעם סדר פין יעדן וואך דינסטאג און דאנערשטאג, וועגן דאנערשטאג איז טענגסגיווינג, ס'וועט מן הסתם זיין מאנטאג און דינסטאג

DRUDGE08 » 18/11/2007 06:26

גראדע האב איך יעצט איבער געקיקט זייער סייט זעה איך אסאך מאל איז ארויס געקימען פסקים נאר איין מאל א וואך, ס'קען זיין דע וואך אויך, א מאנטאג איז נאר איין מאל געווען דעם יאר http://www.nycourts.gov/courts/appeals/calpro/calendar.pl?month=6&calendar=default&month=7 Julביז יעצט ס'זאל ארויס קימען פסקים יענע חודש איז נאר איין מאל ארויסגעקימען פסקים

געווינער » 18/11/2007 07:05

איך האב געהערט אז זיי גייען נעקסטע וואך ארויסגעבן נאך א טאג דעסיזשענס נאך מאנטאג.

_________________

געווינער » 18/11/2007 08:38

איך האב געמיינט צו שרייבן די וואך. זיי גייען ארויסגעבן דעסיזשענס די וואך צוויי טעג. מאנטאג, און נאך א טאג.

_________________