היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א אייגענער קאנסילמאן פאר וומסב"ג

א אייגענער קאנסילמאן פאר וומסב"ג

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2313660

ארגינעלער » 16/11/2007 00:07

פון קראנטע קוועלער הער איך אז דער בארימטער עסקן פון וויליאמסבורג ר' אברהם יצחק אבראהאם האט ערענסטע פלענער צו לויפן פאר סיטי קאונסול אין 09' אויפן פלאץ פון דעוויד יאסקי וואס קען שוין נישט לויפן צוליב  טירעם לימיטס
ר' אברהם יצחק האט שוין באוויזן צו פארשאפן א אומפארטייאישע טיעם פון א פאר מיליאנערן אין וויליאמסבורג וואס גייען אים שטיצן, און זיין קאמפיין האלט זייער ערענסט
עס איז גוטע נייעס פאר וויליאמסבורג, עס איז שוין צייט אז וויליאמסבורג זאל האבן א אייגענע פארטרעטער אין קאנסיל
וויליאמסבורגער אידען וואונטשען פאר ר' אברהם יצחק פיל הצלחה און מען קוקט ארויף אויף זיין סוקסעס

איציק_מיכל » 16/11/2007 00:24


איין איד צווישען אזויפיל גוים פארשטארקט דעם הלכה בידוע

אויב מיינט מען תכלית זאלן דעי אימפערטייאישע טיעם נעמן א גוטע גויאישע קאנדידאט 

און אים אריינשטעלן

וועלן זיי אסאך מער קענען אויפטיען

געווינער » 16/11/2007 00:54

און וואס איז יאסקי געווען? א גוי?

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט א איד. איך האב א פראבלעם מיט אבראהאם. ווער געדענקט נאך ווי מיאוס ער האט אויפגעשפילט אין די פרעסע די פרשה פון דעם חסידישן יונגערמאן, וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן?

לייבל07 » 16/11/2007 01:09

סאיז שוין די העכסטע צייט
און די למד יארן זענען אסאך חסידישע אידן געלאפן און וויליאמסבורג
קיינער פארטרעט אונז נישט


מרוח_אשך » 16/11/2007 19:59

איך גלייב נישט אז עס איז דא געניג אידן אין דעם קאנסיל דיסטריקט צו קענען געווינען.
האט איינער א מאפע פון דעם קאנסיל דיסטריקט מען זאל קענען זען וועלכע געגענטער זענען דארט וויפיל ספאנישע און ארטיסטישע וכדומה?
איך האב געהערט אז ר' משה אהרן שטיינבערג קאארדינעטאר פון חברה הצלה אין קרית יואל איז אמאל געלאפן אין  ווילימסבורג ער האט אבער פארלוירן די וואלן.