איך דריי זיך און בית המדרש און איך הער פין עולם גרויסע שאלות אויף די גאנצע הלוך ילך מיט די בי"ד און די וואוטס\חתימות.
קודם כל פארוואס האבן נישט די רבנים געמאכט סדר מיט די רשימות ווער עס קען יא תובע זיין אין חתמנ'ן און ווער קען נישט אין מיט דעם מונע זיין פין פרעמדע וכו' צו קומען פארדרייען גאנץ באבוב א קאפ.
צווייטענ'ס וואונדערט זיך די עולם אז אויב האבן נישט די רבנים געמאכט סדר מיט די רשימות פארן וואוטס\חתימות איז חאטש נאכן ענדיגן די חתימות זאלן די רבנים חאטש מאכן סדר מיט די אלע ספיקות [פין די פרעמדע-אלמנות-נאך י"ב אדר-לעיקוואד-וויליאמסברג-חתנים-ווייבער] פארן ארויסגעבן די רשימות צו די צדדים.
איך האב געהערט פין א יודע דבר שתים פין די מהלך אין בתי דינים און יענער האט מיר גאנץ קלאהר מסיר געווען וואס גייט דא פאר אין באבוב.
אין די תשובה איז "בית דין אינטערעסירט נישט די וואוטס\חתימות"!
they don't care
בית דין האט זיך אפילו נישט באמיעט צו מאכן א קליינע קאנפירענץ כדי צו וויסן וויפיל האבן געחתמ'ט פאר די צדדים, בי"ד האט נישט געהאלטן ביים ארויסגעבן די חתימות פאר די צדדים, אין פארדעם האבן זיי זיך נישט אינטערעסירט צופיל לגבי די ריכטיגע באבובער'ס אדער פרעמדע וכדומה ווייל צו גייט זיי נישט אהן!
וואס איז פשט?
בית דין האט אין די פאר וואכן זיצנדיג אין די בתי מדרשים געזעהן מיט די אויגן אז באבוב איז צוטיילט אין יעדער צד האבן הונדערטער ראשי משפחות אין אלע יאהרן יינגערע, עלטערע, זקנים, מאדערנע, פארפרימטע, ארימע, רייכע, מכובדים, ת"ח, אלע מינע פארשוינען.
דאס האט בי"ד געוואלט וויסן! אין יעצט וויל בי"ד ווייטער גיין מיט די דין תורה - די נאמבער'ס? וואס איז דאס משנה פאר זיי? זיי ווייסן שוין אלעס זיי האבן שוין אלעס געהערט און געזעהן מיט די פליישיגע אויגן!
ממילא זאגט בי"ד די עקשנ'ט זיך אויף די חתימות? נעם עס! אבער אז איך זאל זיך אוועקזעצן אין מחליט זיין לגבי די נעמען ווער יא ווער נישט? מיר אינטערעסירט עס נישט! נא דיר די רשימה אין טוה מיט דעם וואס די ווילסט!
------------------------------------------------------