דידן נצח!!
44 + % פראצענט פאר באבוב (ביזדערווייל)
באבוב איז ארויס דער געווינער פון די תביעות, וואס זענען פארגעקומען אין ביידע צדדים.
נאך וואכען לאנג פון ווארטן, איז ענדליך נעכטן ביינאכט זונטאג פ' ויצא, איבערגעגעבן געווארן די ליסטעס פאר ביידע צדדים, נאכן גרינטלעך אדורכקוקען די ליסטעס האט מען געטראפן אז די צד 48 האט נאנט צו 400 חתימות וואס האבן נישט קיין שום זכות בחירה לגבי קהילת באבוב, א גרויסער טייל סתם ווילד פרעמדע מענטשן, וואס קומען נישט קיין באבוב, און א גרויסער טייל פון וואס האלטן זיך היימיש אין באבוב למחצה, לשליש, ולרביע . אבער זענען נישט קיין באבובער חסידים.
באבובער חסידים איבער די גאנצע וועלט האבן אויפגענומען די ידיעה משמחת מיט גרויס פרייד, אז ענדליך זעהט שוין יעדער קלאר אז באבוב איז צוטיילט און עס קומט זיי פון די נכסי קהלה, און דער נאמען באבוב וועט בלייבן עד סוף כל הדורות.
עס וועט אין די נאנטע טעג ארויסקומען א קלארע באריכט אויף אלע חשבונות, און יעדער וועט קענען זעהן קלאר און דייטלעך, ווי אזוי די פראצענטן זענען אנגעקומען אזוי הויך בס"ד.
אויך איז נאך נישט אריינגערעכענט אין די 44%, די "מסירת מודעות" (וואס מענטשן האבן געשריבען איין זאך - און געזאגט בעל פה פארן בי"ד פארקערט)
מיר וועלן נישט יעצט מאריך זיין, ווייל עס וועט ארויסקומען קלאר די אלע חשבונות. און יעדער וועט דאס קענען לייענן.
ירא הקהל וישפוט
(פארשטייט זיך אז זיי וועלן יעצט קומען שרייען אז מיר האבן בלויז 27%) מיר ווארטען צוזעהן זייער באריכט!!
דער אמת האט געזיגט און ווייטער זיגן בס"ד!!!