היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אלבעני הירונג

אלבעני הירונג

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2311759

העטעכפעטעך » 12/11/2007 23:22

אין די גאס גייט ארום שמועות אז פון די 8 הירינגס וואס זענען געווען יענעם טאג 10/16 אין אלבעני זענען שוין 5 קעסעיס ארויס געקומען די פסק, קען דאס איינער קאנפירמען? אין צי דאס מיינט אז אט אט דארף שוין צי קומען די פסק אופן סאטמערען קעיס?

שורשנגח » 12/11/2007 23:26

וואס איז די גרויסע סודות אז די דארפסט הערן שמועות אויף די גאס

דער פראצדור דארט איז, אז א פסק קומט ארויס צווישן 4 און 8 וואכן נאכן הירינג. סא פיר וואכן איז שוין אריבער, מסתמא אין די קומענדיגע וואכן וועט זיין דער פסק, פון יעצט ביז חנוכה

העטעכפעטעך » 12/11/2007 23:30

שור, איך האב דאס נישט געוויסט
אבער אין אנדערע ווערטער מיינט דאס , ווי פלעגט דער רבי זאגן אין חדר, טוטס ענק אן בלעכענע הויזן..........ווייל.............................................

איציק_מיכל » 12/11/2007 23:45

אז די וועסט וויסן ווען די פראסק קומט וועט עס ווייניגער וויי טיען?

העטעכפעטעך » 12/11/2007 23:58

וואס עפעס וויי טוהן,
 מיר יודן ווייסן אין גלייבן "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד"

רמקול5 » 13/11/2007 00:30

פונעם מנהל: פארדריי נישט קיין קאפ מיט אויסגעטראכטע שפעקולאציעס.

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 13/11/2007 6:02:37

_________________

שורשנגח » 13/11/2007 02:09

איך האב נישט קיין שום אינפארמאציע, אבער מיין גאט פילינג איז, אז עס וועט אונז גיין אזוי "גוט" ווי ביז איצט אין קאורט, און ווארשיינליך וועט דער קאורט אוו אפיעלס אין אלבאני אורטיילן ווי דער אפעלאט, אז מען טאר זיך נישט אריין מישען

שורשנגח » 13/11/2007 02:15

און, השי"ת וועט אונז נישט פארלאזן אזוי ווי ער האט אונז נישט פארלאזט ביז יעצט.

אונזער קהלה, אונזערע מוסדות, בליען ב"ה העכער אלע ערווארטונגען, אונז האמיר ב"ה א רבי'ן א גדול בישראל, וועלכער איז מעמיד הדת על תילה אויף אלע געביטן, כשרות, מלחמה לה' בעמלק, טהרת המשפחה, קביעת עתים לתורה, קלף כשר, מצות לפסח ועוד ועוד ועוד ועוד

רמקול וכל שום וחניכא דאית לי', דוד46, יאסל90 וכו' וכו' וכו' וכו' וכו', זאלן זיין גליקליך מיט זייער ריב'ן, און איך וויל זיי נאר דערמאנען איין זאך: פון געוואונען א קאורט ווערט מען נאכנישט קיין תלמיד חכם

NYPD » 13/11/2007 03:29

שור שנגח מיין גאט פילינג איז די זעלבע כאטש מיט שכל פארשטיי איך דאס נישט, לויטן שכל הישר וואלט דער קעיס קיינמאל געטארט האלטן ווי עס האלט, סיי געזעצליך און סיי לאגיש, סא פארוואס זאל אלבאני זיין אנדעש,
איך גלייב נישט אז די פריערדיגע פסקים זענען געווען געשמירטע וואס און אלבאני איז נישט שייך, עס איז מער מסתבר אז די געריכטן ווילן נישט קיין פרומע אידישע סכסוכים אין די געריכט הייזער, און זיי זוכן דער גרינגער וועג ארויס הענגן זיי זיך אויף קאנסטיטושען, און דאס זעלבע איז שייך אין אלבאני, אזויווי זיי האבן מתחילה נישט געוולאט אנעמען דעם קעס,

גאסט » 13/11/2007 05:57

איך האב באקומען די ווידעאו פון די הירינג.

איך ווייס נישט וואס די פיילס זענען איך האב עס ארויף געלייגט אזוי ווי עס איז, ווער עס קען זאל מסביר זיין פארן ציבור וויאזוי דאס ארבעט.

http://www.mysatmar.com/court/

kjgast@gmail.com

גאסט » 13/11/2007 05:59

די פיילס זענען איבער 4 גיגאבייטס.

די VTS_01_3.VOB, VTS_01_2.VOB, VTS_01_2.VOB און VTS_01_4.VOB פיילס זענען די גרויסע פיילס

מבני_בניו » 13/11/2007 07:06

איך בין נישט קיין סתם דעפרעסטע ארוני, אבער די זאליס צו וועם איך רעד שווערען זיך אז זיי האבען עס.

איזראלי » 13/11/2007 13:35

אין וועמעס נאמען שווערן זיי זיך ? כנראה אין נאמען פון זייער הייליגער רבי זענען זיי דאך עובר אויפן פס' ''ושם אלהים אחרים וגו' לא ישמע על פיך'' .

איציק_מיכל » 13/11/2007 22:35

(נאר א שפעקילאציע)

אויפן טעיפ הערט מען א ריכטער פרעגן "אז איך און דזשוינס וועלן מאכן עלעקשענס און קיינער וועט עס נישט

טשעלענזשען ווען מיר זיין אין קאנטראל פון די קאנגערגעשן?"

זעהט אויס אז ס'איז נישט אזוי קלאר פאר זיי אז ער איז טאקע געווען די פרעזידענט

ממילא איז שטארק מסתבר אז מ'וועט הייסן איבערמאכן וואלן

א ריכטער אין ברוקלין זאל קאנטראלן די וואלן פונקטליך ווער ס'קען שטימען?

רעזולטאט: אהרונים פארלירן גענצליך.



תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 13/11/2007 22:38:30

העטעכפעטעך » 13/11/2007 22:44

איציק- מיכל, אפשר נאכן הערן וואס דער לויער האט גענטפערט האט ער געטוישט זיין מיינונג...

רמקול5 » 14/11/2007 01:19

די שטותים וואס געגאנגען שרייבט איז ממש א געלעכטער
הערט פארוואס:

) דערקלערן אז דער רבי איז נישט העכערן געזעץ, און סאטמאר איז נישט קיין היערארכיע נאר א קאנגרעגעישאן מיט א באורד און מעמבערס. דער רבי האט נישט געהאט קיין לעגאלע רעכט צו ווארפן ר' בערל פריעדמאן און דערפאר זענען זיינע וואלן די ריכטיגע וואלן.
רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך.
ווער האט אפגעמאכט צי בער'לס וואלען איז טאקע ריכטיג?
דאס מוז א ריכטער פון אונטן באשליסן.



2) דער רבי איז יא העכערן געזעץ, אבער דער רבי האט פאקטיש גארנישט געזאגט, און אלע עדות איבער וואס דער רבי האט מכלומר'שט געזאגט איז אפגעפרעגט. במילא איז ר' בערל פריעדמאן קיינמאל נישט געווארפן געווארן און זיינע וואלן זענען די לעגיטימע וואלן.
רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך.
ריכטער נעגעלוואסער האט נישט געמאכט קיין טרייעל.
דאס מוז א ריכטער פון אונטן באשליסן ביי א טרייעל.


3) דער רבי איז יא העכערן געזעץ, אבער נאר טיילווייז. ד.ה. אז ער האט טאקע געקענט ווארפן ר' בערל פריעדמאן, אבער ער האט נישט געקענט באשטעטיגן ר' יענקעל כהנא'ס וואלן וויבאלד ס'איז נישט געווען אויסגעהאלטן מיטן ניו יארק סטעיט געזעץ אז מ'דארף א קווארום פון רוב באורד מעמבער'ס. במילא איז די כהנא וואלן אראפ פון טיש, און אלס רעזולטאט ווערן באשטעטיגט די איינציגע וואלן וואס זענען נישט געטשעלענזשט, דאס איז ר' בערל פריעדמאן'ס וואלן.
רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך.
אויב דער רבי קען ווארפען, האט דאך רבינו שליט"א ובית דינו פריש געווארפען בערעלע פרידמאן מיט אלע פון זיינע מוסרים, איצי ראזענבערג און די איבריגע אלס הולכי בערכאות.


4) דאס זעלבע ווי #3, נאר אנשטאט דערקלערן ר' בערל פריעדמאן'ס וואלן וועלן זיי באפעלן צוריקצוגיין צו די אלטע קהל פון בעפאר תשס"א, און הייסן יענע קהל'ס לייט צו פאררופן פרישע וואלן.
רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך (אין יענע קהילה האבן די אהרונים געהאט א היפשן רוב).
ר' יעקב כהנא איז דעמאלט אויך געווען פרעזידענט. וממילא האבן די ארונים קיין שאנס.


5) דער רבי איז נישט העכערן געזעץ, במילא האט ער גארנישט געקענט טון. אבער זיי באשטעטיגן גארנישט נאר שיקן עס צוריק אראפ אין סופרים קאורט צו אורטיילן די פאקטן באזירט אויף דעם מציאות.
רעזולטאט: אהרונים געווינען (ס'קומט נאך טאקע אפאר ביטערע יארן אין געריכט, אבער דער מציאות ביז היינט האט שוין געוויזן אז די זאליס קענען נאר געווינען אויב מ'נעמט אן באראש'ס טעאריע וועגן שטאַט און רעליגיע).
די פאקטן און די מציאות איז נישט מיט די ארונים. ממילא וועט יעדער יושר'דיגער ריכטער פסק'ן אז די איצטיגע קהל פירט שוין קרוב צו צען יאר. וועלן זיי אי"ה ווייטער בלייבן.


6) די זעלבע ווי #3, אבער די פאקטן זענען אומקלאר במילא שיקן זיי עס צוריק אראפ.
רעזולטאט: אהרונים געווינען (דאס מאל שוין אביסל שוואכער, ווייל פאקטיש לאזן זיי אין קראפט דעם רבי'נס רעליגיעזן שטאטוס און דער דיון וועט נאר קענען בלייבן אויף די כהנא וואלן. אבער נאך אלעם וועלן די כהנא וואלן גאנץ זיכער נישט באשטעטיגט ווערן).
אויב גייט עס אראפ פאר דיון איז קלאר אז די בעלות פון רבינו שליט"א איז קלאר, און זיין פסק דין אויך.

7) דער רבי איז העכערן געזעץ, אבער דער אורטייל געהער נישט פארן געריכט נאר פאר א בית דין. זיי צווינגען ביידע זייטן צו גיין צו ארביטרעישאן - וואס מיינט אין אונזער פאל א די"ת בזבל"א.
רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך (היסטאריע האט שוין געוויזן אז די זאליס זענען זיכערע פארלירער ביי דין תורה).
דאס געריכט קען נישט צווינגען צו וועלכן בית דין צו גיין. ובפרט אז רבינו שליט"א זאגט קלאר אז נאר ביד"צ דקהל יטב לב קען אין דעם אריינרעדן.

8) עס איז א פראגע וועגן שטאַט און רעליגיע און זיי קענען זיך נישט מישן. דער אפעלאט אורטייל בלייבט אין קראפט.
רעזולטאט: אהרונים פארלירן גענצליך.
אמן וכן יהי רצון.

DRUDGE08 » 14/11/2007 16:09

איך האב געזעהן אויף די קארטס וועב סייט, אז נאר דינסטאג אדער דאנערשטיג האבן זיי ארויס געגעבן פסקים ביז יעצט, ס'קען זיין אז די קימענדיגע דאנערשטיג וועט זיין א פסק אדער נעקסטע דינסטאג אדער נאך שפעטער,

DRUDGE08 » 14/11/2007 16:19

יעצט זעה איך אז און 2006 האבן זיי יא ארויס געגעבן פסקים און עני טאג פון די וואך, אבער פון אנהייב 2007 האבן זיי נאר ארויס געגעבן א דינסטאג אדער א דאנערשטיג,

ס'זעהט אויס ווי דער טאג איז זייער נאנט, איך הער פון אסאך זאליס זיי זענען זיכער ביי זיך אז די פסק וועט זיין לטובה'ס זיי, מן הסתם ווייסן זיי אזוי ווי זיי האבן ביז יעצט געוויסט,

דער עולם זאל מתפלל זיין אז די פסק זאל זיין לטובה'ס קהל יטב לב ד'סאטמאר,

פאטאקי08 » 15/11/2007 19:58

רבותי איך האב איבערגעקוקט די ווידיאוי און סאיז צרות ווי א בארג
 א נס דארף געשען אז אונז זאל מיר געווינען כאטש עפעס

איזראלי » 15/11/2007 21:19

אזויפיל רואה שחורות א ביסל בטחון אינ'ם רבש''ע לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים .

משה_זיכמוך » 15/11/2007 23:57

קען איינער אפשר צושטעלן א לינק צום קארט ווידיא פליז? איך וויל עס זייער זען דאנק

מבני_בניו » 16/11/2007 03:16

איך האב אזויפיל געוואלט זאגן פאר די פאר נארישע אהרונים וואס רעדן זיך איין אז מגייט עפעס באקומען פון די קאורט, אז אויב וואלט ארויסגעקומען די ווידיא פון די אפעלעט דיוויזשען וואלטן די אהרונים געווען פונקט אזוי "זיכער" אז מגייט געווינען. אסאך אהרונים זענען טאקע געווען "זיכער".
וואס קען מען טון, מעשה שטן הצליח, די שטן וויל זיכער מאכן מיט אלע כוחות אז די ספליט אין סאטמאר זאל בלייבן א פאקט אויף אייביג און פאר דעם נוצט ער די מסרבים לדין מיט געקאלערטע בעקיטשעס.

פאטאקי08 » 16/11/2007 04:03

מען זאל נאר נישט פארלירן די בית החיים
זייער מעגליך אז דאס גייט אויך זיין זאליס

גוטזאגער » 16/11/2007 05:29

איינער קען מיר מסביר זיין וואס דער בהמה געדאנקען וויל דא?

אז אויב כאפט מען א פראסק - ווי אלע מעגליכקייטן זענען - זאל דער פאטש זיין שטערקער?

ווער געדענקט נאך זשוליאני'ס אשכול אז די ריכטער קענען געבן נאר צען סארט פסקים און לויט אלע צען קענען די ארונים נאר געווינען. ווער געדענקט נאך מיט וואספארא שטארקן פאטש דאס האט זיך אויסגעלאזט?

געדאנקען, איך בין דיך נישט מקנא נאכדעם וואס די פסק וועט ארויסקומען. דער גאנצער עולם וועט זיין שרעקליך אנגעווייטאגט, און ס'וועט זיין דיין שולד, פאר'ן אריינברענגען א נארישע זינלאזע אפטימיזם.

געדאנקען » 16/11/2007 06:13

גוטזאגער, איך בין נישט שולדיג אז די ווילסט אראפ קלאפען די ארונים,

הכלל וויל איך נישט מיטשפילן מיט דיינע נארישע פסיכאלגיע!!.
 
איך האב נאר געשריבן מיין אנאליז אויפן הירונג, און איך האב גארנישט פרעדיקטעד, אז די האלסט אנדערש זיי מסביר, פארשטייט זיך אז די קעיס איז אסאך מער ווי די הירונג.

NYPD » 16/11/2007 07:33

יעדער האט רעכט ארויסצוברענגן זיין אמת'דיגע מיינונג, און קיינער איז נישט באצווינגן דאס מקבל צו זיין,
די געדאנקען פון געדאנקען זענען מסתבר על הדעת אבער נישט על הלב, עס לאזט זיך שווער גלייבן אז דאס רעדל קען זיך נאך אזא דריי געבן, נאך אזויפיל יאהר, עס איז נישט כדאי זיך צו בארגן געלט אויפן חשבון אז מען געט געווינען אבער די שאנסן זעהן אויס גאנץ שטארק אז דאס געריכט זאל זיך יא אריינמושן, וואס דאמאלס איז דא גענוג אופנים צו געווינען גענצליך,
מיט איין געדאנק בין איך אבער מחולק מיט געדאנקן,
אויב ווערט עס צוריק געשיקט קיין ברוקלין פאר א טרייעל איז דאס א מים שאין להם סוף, דער בית יואל קעיס איז שוין אין געריכט זינט תש"נ וואס איז 18 יאר און עס איז נאך אלס נישטא קיין פסק, אויב דער שטאטוס-קווא קהלה בלייבט אין אמט ביזן סוף פונעם טרייעל וועלן אונזערע אייניקלעך זיך מוזן שלאגן אויף דעם,

דער בית החיים קעיס ווי ווייט מען זעהט אויפן ווידיא האבן מיר אויך גאנץ גוטע שאנסן צו בלייבן האלב אויף האלב, אבער באראש קעיס קוקט אויס שטארק אז עס קען נישט אויסהאלטן,

Average » 16/11/2007 20:42

צומאל איז דער ריכטיגע געווינס צווישן די שורה פון א פארלוסט.

לאמיר נישט פארגעסען, די ארוינים האבן א דאך איבערן קאפ, זיי זענען נישט קיין רחמנות. ס'איז דא זייטיגע ענינים וואס די ארונים ברויכן זיך פארזיכערען, ווי למשל אז יעדער מעמבער געניסט גלייכבארעכטיגטע צוטריט צום בית עלמין, ועוד.

און דעם הינזיכט קען א פארלויסט באמת באדייטן א געווינס, וד"ל.

רבי_יונה » 18/11/2007 02:23

AVRAGE
דו רעדסט נישט צי דער זאך


ווער רעדט דא פון רחמנות. מ'רעדט פון גניבה וגזילה. וועט דען איינער זאגן אז דער וואס רויבט אוועק א ביליאן דאלאר פון ביל געיטס איז נישט מחויב צו באצאלן, ווייל געיטס האט נאך אסאך געלט.

די גנבים האבן אוועקגערויבט אונזערע נכסים, מיט רשעות און רציחה, מיט'ן זיגל פון זייערע פעיראלל דיינים, מקבלי שוחד.

דאס האט איין לעזונג:
והשיב את הגזילה.

_________________