היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » קאר פלאקערט אין סקווער

קאר פלאקערט אין סקווער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2308944

באבי_צירל » 8/11/2007 10:05

זיכער איז דאס די רצון קדשו פין די הייליגע רבי שליט"א און קנאת השם, ואין לך רשות להרהר אחריה......

אבער אפאר אינשי (דלא) מעלי האבן זיך אינעטערגענומען צי מאכן קרית סקווירא נוסח מאנרא , און אנגעהויבן צי וואנדאלזירן איינוואוינערס פאר חטא פארן דרייוון א שיינע קאר (קרייסלער 300).

אנגעהויבן האט זיך עס אפאר וואכן צירוק ווען מען האט דעסיידעד אז א בחור טאר נישט דרייוון א קאר, האט מען אריינגעגאסן צוקער אין זיין שפאגל נייע קאר, איז די ענדזשין געגאנגען שלאפן און געדארפט צאלן טויזענט דאללאר פאר דעדאקטע ביל און ממשיך געווען מיט דרייוון די קאר על אפם וחמתם פין די עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס.

האבן זיי געזען אז מיט משחית זיין א חלק האבן זיי נישט מצליח געווען, איז וואס טוט מען?

האבן די חכמי חעלם זיך צאמגעזעצט און געטראכט וואס מען קאן טאן צי אזא מחוצף, היתכן?? ער איז צוריק! ער שרעקט זיך נישט פיין קיינעם איז מען געקומען צי אן א החלטה אז מען מיז עם לערנען טאנצן.

 "ככה יעשה לאיש אשר לא שומע לקול טעראריסטן"

נישט מער און נישט ווייניגער 2 וואכן דעראויף האבן "זיי" ציבראכן א פענטסער אריינגעגאסן בענזין און מעלה געווען לריח ניחוח אשה ל...........

קאמאנטארן זענען איבעריג


סאכדעס » 8/11/2007 16:48

א כפרה א כפרה א כפרה....

ווער בעט דיך צו אנרייצן סקווער נוסח מאנרא??

באבי_צירל » 8/11/2007 18:38

ביטע געב זיך צי פארשטיין

meshug » 8/11/2007 21:26

האם הזהירו אותו?

כך שהוא יכול לדעת מי עומד מאחורי זה?

tzvibp28 » 8/11/2007 22:10

וואס וויל מען פון די אומשולדיגע אנצינדערס, זיי האבען קיין ברירה געהאט.........

אזוי גייט עס היינט