היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אידישע וועלט וועט זיך עפענען פונדאסניי

אידישע וועלט וועט זיך עפענען פונדאסניי

8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 10 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2308625

עולם_מלא » 7/11/2007 19:42

א גוטן חשובע חברים, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

איך גלייב אז איך דארף ענק נישט איינמעלדען איבער די עקזיסטענץ פון די היימישע וועב זייטעל מיטן נאמען אידישע וועלט, וואס שטייט שוין א קנאפע האלבע יאר לשם ולתפארת, און איז ב"ה באוואוסט אלס א פלאץ פאר פרישע נייעס געשריבען אויפן היימישען מאמע לשון אידיש און וויקיפידיע ארטיקלען און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע ענינים ווצב"ש היסטאריע פון טאג און שיינע אויסגעהאלטענע קליפ'ס וכו'.

עס פעלט זיך לכאורה נישט אויס אן ערקלערונג איבער די געוואלדיגע אופטוה פונעם סייט, בלויז דאס אז היימישע אידן וואס ברויכן ליידער זיצן אויף די טריפה'נע אינטערנעט זאלן נישט מוזן צוקומען צו די גויאישע סייט פאר נייעס וכדומה, איז גענוג געזאגט צו פארשטיין פארוואס עס האט זיך אויסגעפעלט.

נאך א שטיק צייט וואס עס איז געשטאנען, האבן פולע אנגעהויבן רופן אז מען זאל עס מער אויסברייטערן און פארבעסערן, מאכן א געהעריגע אפטיילונג פאר נייעס, נישט ווי עס איז ביז איצט אין די וויקי, נאר א ספעציעלע שיינע אפטיילונג וואס זאל צוגעבן געשמאק צום ליינען, און א פלאץ פאר באמערקונגען אויף די נייעס, און צו לייגען נאך פארשידענע אפטיילונגען.

ווילן מיר דא מעלדן אז מיר האבן דאס דערהערט און מיר האבן געארבעט דערויף א שטיק צייט, און ב"ה די נייע סייט איז שוין כמעט פארטיג, אנצוהייבען וועט עס האבן א שיינעם נייער סיסטעם פאר נייעס ווי איר וועט אי"ה אליין זעהן, און פארשטייט זיך אויך די וויקיפידע וועט דארט ווייטער אנגיין, און אזוי אויך נאך פארשידענע שיינע אפטיילונגען, פארשטייט זיך אז מיר וועלן אי"ה האלטן און איין צולייגן נאך און נאך אפטיילונגן, לויטן פארלאנג פונעם עולם.

דעריבער ווילן מיר דא מודע זיין דעם חשוב'ן עולם אז די נייע סייט וועט אי"ה געפענט ווערן קומעדיגען זונטאג ר"ח כסלו תשס"ח לפ"ק, די אדרעס וועט זיין ווי ביז איצט, www.yiddishworld.com.

(פון פרייטיג נאכמיטאג ביז זונטאג צופרי וועט די סייט נישט זיין אוועליבול צוליב'ן טויש, ואתכם הסליחה)

מיט גרויס דאנק

arender/אידישע וועלט

עפשטיין » 7/11/2007 22:51

וואס וועט זיך טוישען?

פארלעסליך » 8/11/2007 17:25

זעה דא

עולם_מלא » 11/11/2007 16:27

עס איז שוין אפן!!!

באזוכט

www.אידישעוועלט.com

אדער

www.יידישעוועלט.com

אדער

www.yiddishworld.com

קומט און ברענגט אייערע פריינט




תוקן על ידי עולם_מלא ב- 11/11/2007 16:33:06

געדאנקען » 12/11/2007 15:40

אנאנים, קענסט מיר מסביר זיין דיין סיבה צו אנשרעקן מענטשן מיט אומזינסטע שרעק??!!

די הערה איז סתם נאריש אין נישט צו דערזאך, קיינער קען גארנישט טון מיט אן איי פי אדרעס.

משנתחסידים » 12/11/2007 18:54

גם אני מצטרף לדברי געדאנקען

קאמענטאטאר » 12/11/2007 19:38

אויך נישט ביי Jnet וואס טוישט נישט די IP ?

געדאנקען » 13/11/2007 03:32

אנאנים, איך האב עס שוין גוט אדורך געלייענט און לכבודך האב איך עס נאכמאל איבער געלייענט און עס שטייט דארט גארנישט א חוץ נארישע חשדים.

נ"ב איין זאך האב איך יא באמערקט דיין נארישע מיסטעק א "PBB" איז גאר א האוסטינג סערוויס, איינער וואס קען "היי טעק" מאכט נישט אזא מיסטעק. "PHPBB" איז א מעסעזש באורד סאפטווער און גארנישט מער.