איך האב זייער געוואלט פארשטיין וואס די קלארע שיטה איז,
מיר האבען דאך א כלל ביי אמת "יבקע הדין את ההר", עס איז נאר דא איין אמת, און וויפיל דאס זאל וויי טועהן איז דאס פארט דער אמת,
אשר על כן וויל איך וויסען אויב צו גלייבן אז דער אייבערשטער האט צוגעפירט א מדינה ווי א צוגרייטונג צו ביאת המשיח הייסט כפירה און ווער עס גלייבט דאס איז אן אפיקורס, קומט אויס אז רוב שטריימל אידען זיינען אפיקורסים וואס מורידין ולא מעלין רח"ל וכו',
אבער אויב וויל מען מקיל זיין אין הלכות ציונות וואס איז דער היתר מקיל צו זיין און אזא הארבען איסור,
איך מיין עס ערענסט, אויב עס איז דא היתרים, ווי ווערט דאס געפסק'נט, און אויב דאס איז תורה שבעל פה וואס יעדער גייט לויט זיין מסורה אדער אייגענעם פארשטאנד, וויל איך אויך גיין לויט מיין אייגענע מסורה און מיין אייגענע פארשטאנד,
טויזענטער אידן נוצען דאך די שיטה צו פסל'ן גאנצע עדות אידן אלץ אפיקורסים, אבער די זעלבע זיינען מקיל ווען זיי ווילן, און זייער מקיל, ווי איז די גרעניץ?
אויב קנאות דעמאלץ זאל זיין ווי נטורי קרתא און נאך שטרענגער, און אז נישט איז דאך בני עקיבא אויך גוט?
א חקירה
ביסט זייער פילאזפיש געשטימט
טראכט אביסל הלכדיג אויך.
_________________
אטוז
האסט צו געטראפן די שיטה פון ר"א לייטנער, לשיטתו זענען אלע אידן טאקע רשעים פסולי עדות. נאר בעק ושותפיו זענען געבליבן אויף די גאנצער וועלט.
איך האב הנאה אז די האסט געכאפט א הרהור תשובה
קומענדיגע מאל וואס אטאז מאכט חתונה וועט ער פארען קיין ווילי ברענגען א פאר ערליכע אידען אויף עדות.
דו ווילסט וויסן וואס דער אמת איז? האב איך אן עצה פאר דיר, פאר דו זעצט זיך אוועק לערנען א ספר, נעם א תהלים, און בעט ביי גאט אז ער זאל דיך פירן צום אמת'ן וועג, און נישט אז דיין וויסן און טראכטן פון פאראויס זאל אויספארעמען דיין לערנען. און אויב ביסטו א תלמיד פון רבי אברהם לייטנער זצ"ל ווייסטו זעהר גוט אז דער איד האט קיינמאל נישט געקוקט אויף גארנישט ווען ס'איז געקומען צו אזאך וואס שטייט אין שולחן ערוך, קארעקט??? איהם איז נישט אנגעגאנען צו ער וועט גוט שפירן דערמיט, צו אלע אידן וועלן ווערן גוים וכו' כו', איין תורה איז דא, און פון דעם קען מען זיך נישט רירן.
אלזא, אויב נניח אז האלטן אז די מדינה וואס שמד'ט אידן איז אן הכנה צו ביאת המשיח, כפירה. דאן איז ווער עס האלט אזוי 'בשיטה' א כופר. אזוי ווי ווען דו לייגסט צו צו איין דאלער נאך א דאלער איז עס צוויי דאלער, און קיינער דינגט זיך נישט אויף דעם. אזוי אויך ווען איינער האט כפירה מיינונגען איז ער א כופר.
פארשטייט זיך אויב איז עס נישט קיין כפירה, דאן זענען די אלע אידן נישט קיין כופרים. דארף מען פשוט וויסן וואס דער אמת איז.
ווען דו ענדיגסט דא דיין שאלה, וואלט איך - אפשר - זיך אראפגעזעצט און פרובירט אריינצוגיין אינעם ענין וואס דער אמת איז, און כ'וואלט עס דא אראפגברענגט. אבער ליינענדיג דיינע לעצטע דריי פאראגראף'ן, דארט האב איך פלוצים געזעהן אז עפעס אנדערש מיינסטו ביים פרעגן. אויב אזוי ביסטו דאך נישט אינטערסירט אין קיין ערענסטע תשובה, ווילסט נאר ווי א חכם מסביר זיין איינעמ'ס פעלער, זאגסטו עס בלשון שאלה.
נישט קיין פראבלעם..... קיפ און גואינג.
סאכדעס
האסט איהם געמאכט א שיינע הקדמה, אבער דארפס נאך א פריעריגע הקדמה
צו ערשט זיי מברר
וואס מיינט מדינה?
א מדינה איז חייב במצוות?
א מדינה איז א בר עונשין?
די תורה האט מען געגעבן פאר א מדינה?
א מדינה שמדט אידן?
א מדינה קען רעדן?
די תורה האט מען געגעבן פאר אידן נישט פאר מדינות
זיי מפרט וואס דו מיינסט "מדינה"
דו מיינסט אלע מענטשן וואס וואינען דארט?
צו די מענשטן וואס רעגירען, די "חברי הממשלה"
צו די מענשטן וואס האבן אמאהל רעגירט אין זענען לאנג אין קבר.
וועמען מיינסטו, אדער וועמען האט ר"א לייטנער געמיינט?
דא אין ווילי זיינען אנגעקומען די פרומסטע אידן פון די וועלט, און גאנץ א גרויסע נאמבער זיינען געווארען מחללי שבתות וכו' איז על כן?
און אין א"י ווער האט זיי אפגעשמט, די מדינה? אדער געוויסע עלעמענטן? און וואס האט דאס צו טועהן צו הקמת המדינה? וואס האט דאס צו טועהן צו די רעליגעזע פארטייען,
די לעצטע יארן זיינען צוגעקומען רבבות בעלי תשובה, אויך ווען נישט די מדינה וואס וואלט געווארען פון די אלע ספרדישע אידן,
לשיטת ר' אברהם איז גאנץ סאטמאר אפיקורסים, די פאבליק סקול רחמנא לצלן וכו',
אוי האבען די קנאים ליעב צו זאגען "ער האט זיך נישט גערירט כקוצו של יו"ד פון שלחן ערוך" ווי זאגט מען אין ענגליש talk is cheap וואס האט דאס צו ענק?
אבער עס איז וואונדערליך ווי די קנאים קענען טועהן כל מה שלבם חפץ און דערנאך קומען וויינען אויף ר' אברהם'ס לויה כאילו דאס מיינט זיי, לויט איהם זיינט איר אלע א באנדע אפיקורסים און היפאקריטס,
מיין פוינט איז אז רוב קנאים האלטען אז די שיטה איז נאר א TOOL וואס מען נוצט ווי עס לוינט זיך.
מיין שאלה איז ווי אזוי קען מען פארקויפען אזא גליטשיגע זאך וואס קיינער קען דיר נישט אן טייטלען פינקטליך וואס דאס איז, און קיינער זאל נישט פרעגען ילמדנו רבינו ווי אזוי שטימט דאס?
לאמיר א ביסל אנאליזירן:
בני יואל: דער רבי זי"ע האט פיינט געהאט די פרומע געפערליך, ראה די "שווארצע"
ר' אהרן: חסידישע רביסטעווע איז געווען טריפה אין סאטמאר,
ר' זלמן: דער עירוב איז ביי זיי אזוי הארב ווי ציונות, קען מען זאגען בא ללמד ונמצא למד,
די דריי צייטונגען זייערע, פראביר דאס איבערטייטשן אויף ענגליש און שיק עס אריין צו א סטעף פסיכלאגען... איך בין זייער נייגעריג אויף זייער ריפארט !
לפי הענין בין איך זיכער אז עס איז ערגעץ דא א באהאלטענע שו"ת ספר אדער א "השיטה כהלכתה" בארבעט וואס יא און וואס נישט, אז נישט דארף עס איינער שרייבען,
נ.ב. דער אמת דארף מען נישט בארעדען א קהילה וואס זיינען לפנים שומרי תורה ומצות און אויך פרום, אבער זייער גיפט ווערט צושפרייט און אנגענומען דורך ליינען זייערע צייטונגען, און דאס איז זייער שעדליך,
אויב גייען מיטן אמת לאמיר מאכען א חשבון און זעהן וואס דער אמת איז,
און צו דיר ר' סאכדעס רעד צום פוינט ווער מיר נישט א רחמנות,
סאכדעס
דו רעדסט הלכות אין שו"ע?
מסירה און צו העלפען גויים קעגען אידן, איז א הלכה אין חושן משפט סימן שפ"ח
מיט זיינע תלמידים פאהרן קיין דארפור אין טהעראן, האט ער געשאדט פאר די אידן וואס קעמפן מיט די רוצחים פון איראן.
ט, אסור למסור לישראל ביד עכו"ם בין בגופו בין בממונו, ואפילו היה רשע ובעל עבירות, ואפילו היה מצר לו ומצערו.
ט"ו. מי ששלח שליח למסור, אם השליח הוחזק לעשות חייב המשלחו, ואין לומר אין שליח לדבר עבירה הואיל והוחזק בכך."
_________________
דער קאצקער זצ"ל זאגט פאר וואס האט אברהם אבינו זוכה געוועהן צו אזא תירוץ ווי אני הוא בעל הבירה?
ווייל ער האט געפרעגט א באמבע קשיא, אפשר לבירה בלא מנהיג?
האט ער געקריגן א באמבע תירוץ
פאר דעהם ווען איינער פרעגט א גרויסע קשיא, זאגן די חז"ל מאריה דאברהם.
ATOZ
האט אויך געפרעגט א באמבע קשיא
פארוואס מאכסטו איהם אוועק?
א חוץ אז דו ביזט זיכער אז סנישטא קיין תירוץ.
איז דאך די קשיא נאך שטארקער
תוקן על ידי - baachi - 08/11/2007 23:38:18
_________________
באטשי אפשר פארציילסטו פאר דיין חבר אטאז אביסל היסטאריע? ילדי מאראקא, תימן, טהעראן?
פון זיין צווייטע תגובה זעט אויס אז ער האט פון די זאכען קיינמאל נישט געהערט.
שקויעך גדול פאר דערמאנען
אפגעשמדט הונדערטער ילדי טהערן
הונדערעטער אדער טויזנטער און אפשר צענדליגע טויזטער ילדי תימן ומאראקא
זעהר א אנגעווייטיגטע פרשה
זיין שאלה איז
ווער האט דאס געטוהן?
תוקן על ידי - baachi - 09/11/2007 0:17:42
_________________
??
תוקן על ידי aaatozzz ב- 09/11/2007 0:57:16
איך הייב אן צו פארשטיין וואס דער פראבלעם איז, אז די קנאים גלייבן יעדער איינער באזונדער וואס זיי ווילען,
איך האב געזאגט די לעצטע 60 יאר, וויפיל יאהר צוריך איז געווען ילדי טעראן? וויפיל יאר צוריך איז געווען ילדי תימן? פון ילדי מארוקו איז שוין דא 40 יאהר.
די אגודה און די פועלי אגודה און אפילו מזרחי האבען גאהאט קיבוצים ווי מען האט אריינגענומען א סאך פון די קינדער, האט די עדה און די נטורי קרתא געטועהן עפעס וועגען די קינדער?
אין תשכ"ח האט די סאכדעס גוזר געווען פאר די ילדי מארוקו מוז יעדער איד געבען 18 דאלאר כופר נפש, ווי זיינען די קינדער וואס זיי האבען אפגעראטעוועט, און ווי איז די געלט?
ווי ערענסט האבען זיי געמיינט די רוסישע אידען וואס זיי האבען אויפגעהאלטען אין וויען, און נישט געלאזט פארן קיין ארץ ישראל,[פרעגט מאיר בראון אין לאנדאן וועט איר ווערען געשאקט] וואס וואוינען אין די סטעיטס און פארגעסען בכלל אז זיי זיינען אידן,
וואס האט סאטמאר געטועהן אין די סטעיסט זיי צו דערמאנן אז זיי זיינען אידן, [ווען זיי וואלטן גענומען די געלט וואס זיי האבען אויסגעברענגט אין קורט אין מקרב געווען די אידן אין די סטעיטס],
ווען די קנאים ברענגען קינדער און א סאטמארער קעמפ וואלט מען זיי געלאזט זיך פירן ווי זיי זיינען צוגוואוינט פון דער היים? וואס ווילסטו פון פרייע אידן, עס איז היינט דא אין א"י קנאפע מיליאן אידן וואס זאגען שמע ישראל,
און נאך א מאל וואס האט דאס צו די פרומע פארטייען?
דער תירוץ איז א קנאות איז א פאליטיש געשעפט
דער חזון איש האט גערעט פון די חוקי המדינה. וויווייט זיי זענען מחייב אדער נישט
וואס האט דאס צו טאהן מיט אונזער שמועס דא?
איך פארשטיי פון דיין תגובה אזוי
איך האב געלייענט די קשיא פון ATOZ, איך האב נישט אויף דעהם קיין שום תירוץ.
אבער איך האלט מיך ווייטער ביי מיינס