דער וויליאסבורגער אידנטום האט נעכטן דינסטאג געליינט מיט שטוינונג די וואונדערליכע מסירת נפש פון א סופר וואס נאך פילע יארן וואס ער האט פארקויפט ס"ת, תפלין און מזוזות פארן היימישן ציבור וואס איז געשריבן געווארן אויף פארמעט וואס האט נישט געהאט קיין השגחה און ווי עס ווייסט שוין היינט יעדער פון דעם חידוש וואס א היינצייטיגער בעל דרשן און אונטערהאלטער האט נאכגעברענגט אין איינע פון זיינע וועכנטליכע חידושי תורה אז פארמעט דארף האבן א הכשר פונקט ווי אנדערע זאכן און ווי ער ברענגט אן א שיעור מעשיות און כל מיני גוזמאות וואס ווייזט קלאר אז עד היום קויפט מען נאך פארמעט פון אראבער וכדומה, און וויבאלד ער האט זיך געכאפט וואס עס גייט פאר און וויל תשובה טוהן דערויף, בעט ער יעדן איד וואס האט פון אים געקויפט תפילין וכד' זאל אים אנרופן און ער וועט אים צוריקצאלן וואס עס קומט אים.
אידן איבעראל האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי ווייט ער איז געגאנגען און ווי ער שרייבט האט ער נישט בלויז פארקויפט זיין אייגן דירה נאר אויך זיינע זיבן קינדער האבן מסכים געווען אוועקצוגעבן זייער וואוינארט כדי דער טאטע זאל קענען באצאלן די אלע אומריינע געלטער.
אט דער סיפור נפלא איז געווען געדרוקט אין דעם נעכטיגן בלעטל פון דעם 'דבר יום ביומו', און האט ארויסגעברענגט פרייד ביי אידן זעענדיג וואס פאר א הייליג פאלק מיר פארמאגן.
ביז אהער איז אלעס פיין און וואויל.
אונטער דעם שיינעם עפיזאד איז געווען אונטערגעשריבן עפעס א סופר מיטן נאמען אשר גרין סופר סת"ם און בייגעלייגט איז געווען זיין נומער פון ארץ הקודש, ווי מען קען אים אנרופן מאנען דאס געלט וואס ער איז שולדיג. הארט דערנעבן איז געווען נאך א נומער וואס באלאנגט פאר א נייער רעדנער און קנאי וואס איז מוחה אויף סיי וואס ער בלאזט ארויס פון זיין גרויסן בויך, נעמליך, נחום ראזענבערג.
דער נאמען איז שוין היינט ברייט באקאנט און איך בין נישט דא אויסן אים ארומצורעדן און דן זיין אויב ער איז יא אדער נישט גערעכט מיט וואס ער זאגט. דאס קען מען טוהן אין דעם נעבנדיגן אשכול. דאס וויל איך ארויסברענגען דעם אויפברויז וואס האט זיך געשאפן ביי תושבי ווילי אויף דעם בלעטל 'דבר יום ביומו' וואס האט אריינגערוקט זיין נומער אזוי אז אויב האט זיך געמאכט א איד אדער בחור'ל וואס האט אים נאכנישט געהערט האט יעצט באקומט זיין נומער און וועט זיך קענען אויסלערנען ענינים וואס אפילו עלטערע אידן ווייסן נישט.
עס זענען זיכער געווען אן א צאל טעלעפאן רופן צו דער רעדאקציע און היינט האט ער ארויסגעשטעלט אט די מאדנע האלבע-אנטשולדיגונג:
פאר די אלע וואס זענען אונז דן לכף זכות, ווען עס פאסירט א טעות, וועלן מיר זאגן: יישר כוח, מיר דארפן, און מיר וועלן בעז"ה פרובירן מער אכט געבן. פאר די אלע וואס זענען אונז דן לכף חובה, ווען עס פאסירט א טעות, ווילן מיר זאגן: מיר טראגן נישט קיין פאראנטווארטליכעקייט אויף די ריכטיקייט און פונקטליכקייט פון די אדווערטייזמענטס.
ווען די שורות וואלטן געווען געשריבן אין א געווענליכער טאג וואלט עס סתם אזוי ארויפגעברענגט א שמייכל, אצינד איז ער אבער באגאנגען א פאטאלער גרייז מעלדנדיג אזא שעדליכער נומער, און עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער באגייט אזעלכע טעותים. ווי למשל האט ער ארויפגעלייגט דעם נומער פון דעם אנדערן חכם אלטר משה גאלדבערגער.
ווען אזעלכע טעותים פאסירט אין א צווייטע אויסגאבע וואלטן די גאסן פיל געווען מיט פאשקעווילן, און מען וואלט געשטורעמט, און מען דארף פארשטיין אז עס איז פאראן א וועזנטליכע נפק"מ צווישן א דיקן צייטונג וואס איז היבש שווערער צו קאנטראלירן ווי א צוויי-זייטיג צעטעלע מיט קלאסיפיידס.
דבר יום ביומו ברויך נעמען דעם שולד אויף זיך און זייער אכטונג געבן אויף ווייטער.