עפעס גייט פאר מיט בחירות אין ביתר, וואס אדמו"ר מבאיאן איז געווען די איינציגסטע חסידישע רבי וואס האט געהייסן וואיטן פאר א צווייטען אין ער האט פארלוירן. ווער קען אביסל מסביר זיין פאר מיר היגע אמעראצים וואס דא איז פארגעגאנגן. יישר כח למפרע
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווער קען זיך אויס אין איזראעילי פאליטיק?
ווער קען זיך אויס אין איזראעילי פאליטיק?
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2303945
ס'איז געווען א מעכטיגע זיג ווייל די חסידישע האבן געוואונען 9 בענקלעך (צוזאמען מיט דעם נייעם מעיאר רובינשטיין, איז עס 10) און די ליטווישע האבן געוואונען נישט מער ווי 2 בענקלעך, א דזשאוק.
אגב איז עס נישט די ערשטע מאל וואס אגודה/דגל קאנדידאטן האלטן נישט איין דעם הסכם, מיט'ן תירוץ אז זייערע רבנים לאזן זיי נישט. דאס ווייזט ווי נידריג געפאלן זייערע רבנים זענען, אז צוליב פאליטיק הייסן זיי זייערע קאנדידאטן ברעכן א הסכם.

תוקן על ידי גוטזאגער ב- 31/10/2007 7:52:19
לויט וויפיל איך האב געליינט אין היידפארק/בחדרי חרדים האבן די ליטווישע געבראכן א 6 יעריגן הסכם, און דער קאמפיין פון די כלל-חסידים אז "הסכמים יש לכבד" האט גוט געארבעט.
און זיי זענען גערעכט
די ליטווישע האבן אויך געוואלט ברעכן אן ענליכן הסכם אין בני ברק מיט עטליכע יאר צוריק, אבער דעמאלטס האט מען עס אויסגעפייט מיט זיי דורך אלע מיני וועגן.
אבער אויך ביי די חסידישע האט מען שוין געהערט אזא זאך אז מען זאל ברעכן א הסכם. שמעלקע האלפערט האט געבראכן דעם הסכם ווען ער האט געדארפט איבערגעבן זיין בענקל פאר ישראל אייכלער.
אבער אויך ביי די חסידישע האט מען שוין געהערט אזא זאך אז מען זאל ברעכן א הסכם. שמעלקע האלפערט האט געבראכן דעם הסכם ווען ער האט געדארפט איבערגעבן זיין בענקל פאר ישראל אייכלער.
_________________
"די צייטונג" האט היינט א הערליכע באשרייבונג איבער אלץ און אלעמען וואס איז דארט פארגעגאנגען די לעצטערע וואכען אין חדשים אין קורצען ובטוב טעם ודעת. עס איז ווערט צום ליינען