היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ביהמ"ד החדש מהרז"ל גייט פערטיג ווערן תשס"ט

ביהמ"ד החדש מהרז"ל גייט פערטיג ווערן תשס"ט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2302778

ראדני152 » 29/10/2007 02:44

ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב דסאמאר מהרז"ל וועט אי"ה פערטיג ווערן אויף תשס"ט

קהל האט יעצט אינטער גענימען א מעכטיגע מאלטי מליאן דאלער קאמפיין פאר אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אין די קומעדע וואכן וועט זיך עס אנהייבן פרטים יבואו

קהל נעמט די שריט צו אנהייבן בויען נאכדעם וואס ס'איז שוין 99% אז אינז געווינען און קארט און די ארוינים וועלן שוין קיינמאל נישט האבן קיין שליטה לוינט זיך שוין צו אנהייבן בויען

איזראלי » 29/10/2007 15:02

דער גאנצער בנין איז אויפגעשטעלט פון גע'גנב'טע און גע'גזל'טע געלט, עס גייט אריין אין גדר פון ''בוצע ברך נאץ ד' '' די אלע תפלות וואס מען וועט דארט דאווענען .

איציק_מיכל » 30/10/2007 00:01

איך האב אויך געהערט דערפון
זיי זענען זייער זעכער מיט זיך אפילו מ'פסקנט אז מ'מעג זיך יא אריינמישן
און מ'שיקט עס צוריק קיין "ברוקלין"
האבן זיי גאנץ ווייניג מורא

דוד46 » 30/10/2007 00:02

דערווייל איז נישטא קיין שום אקטיוויטי איבער דעם נייעם ביהמ"ד.

פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז עס איז נישטא קיין פלענער.

זשוליאני08 » 30/10/2007 00:17

די לעצטע זאך וואס זיי דארפען די נייע שול
פאר די הקפות
פאר הושענה רבה
פאר אלף סליחות

פארווען זיי דארפען עס זייער וויכטיג
פאר א פיקטשער

דוד46 » 30/10/2007 00:54

זשוליאני

איך האלט אז אויב סאטמאר וועט געווינען די אפילס קאורט וועט "דאס" זיין די געווינס פון די אהרונים... 

חכםאיינער » 30/10/2007 20:06

איך ווארט שוין קוים צו זעהן דעם בילד "הושענה רבה" ביי זלמן לייב אינעם נייעם ריזיגן שול....