היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » זעקס שטאק פארענצ'ס, ווער קען ציילען?

זעקס שטאק פארענצ'ס, ווער קען ציילען?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2300740

promonade » 24/10/2007 21:41

דא און באבוב איז יעדעם באקאנט די משל פונעם הייליגען קדושות ציון זצ"ל אויפן שאלה פארוואס חסידים הייסען חסידים, חסידות איז דאך א געוואלדיגע מדריגה, קען דען זיין אז יעדער יונגערמאן וואס לויפט צום רבי'ן איז במדריגת חסיד?
האט דער קדושת ציון זצ"ל גענטפערט אז דער באן וואס פארט פון ווארשא קיין קראקא רופט מען די קראקא'ווע באן, אפילו עס איז נאך אין ווארשא, און אזוי אויך איינער וואס פארט קיין קראקא וואוינען, הייסט א קראקא'ווע אפילו ווען ער איז נאך אין ווארשא, ווייל א מענטש איז, דאס וואס ער "גייט זיין", נישט דווקא וואס און ווי ער איז יעצט.
כלפי מה דברים אמורים, אחי ורעי, עס פארט א באן, עס פארט צוויי באנען, און די צוויי באנען פארען און אנדערע דירעקציאס, עס פארט און פארט, און טאמער מיינט מען אז עס שטעלט זיך שוין אט אט אפ, געפונט מען אויס אז הערשט עס פארט מיט נאך מער אימפעט.
זייט י"ב אדר ב' תשס"ה, ווען הונדרעט'ער חסידים ואנשי מעשה האבען אויף זיך מקבל גיווען מרות ונשיאות פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, איז כסדר גיווען א שטראם פון באבוב'ער חסידים, וועלעכע האבן זיך מיישב גיווען און זיך אריבערגעצויגען צו בית מדרשינו בית יעקב ד'באבוב, טראץ די שוועריקייטן וואס זענען פארבינדן דערמוט, מקום קבוע, חברים, קינדער אין די מוסדות, וכו' וכו', איז אבער געקומען א זמן וואס די אלע יודען זענען געקומען צו די הקרה אז די אמת וצדק, די ישרות, און ועל כולם די יראת שמים די תורה ועבודה וואס איז אונז הייליג לבית באבוב, איז דא!
אבער כמובן האט מען כסדר גיקלערט אז שוין פארטיג, דאס איז עס, ער איז שוין מן הסתמא די לעצטע, און אפילו אז עס וועט נאך קומען איינער צוויי דא און דארט, איז עס אבער נישט מיט א שוואנג.
אבער טראך!!!!!!!! האב איך געהאט א טעות!! איי איי איי!!
שמחת תורה איז די צייט וואס קיין שום חסיד פארפעלט נישט די רבי'ס עבודה ביי די הקפות, אלזא איז דאס א צייט וואס מען קען כאפן א בליק ווי די שוואנג האלט, פאלט עס אדער וואקסט עס.
קום איך אריין אין 48 און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער איז דאס איז די דריטע יאהר נאכאנאנד וואס מען שניידט די פארנצ'ס, יא פשוטו כמשמעו, בשעת ווען יעדער ציבור האט א נאטורליכע וואוקס, דא אין 48 פאלט עס, ווי אזוי קען דאס זיין?
און נישט נאר דאס, שוין נאכ'ן שניידן איז עס הערשט נישט אנגעשטאפט, איך בין אהנגעקומען אונמוטען א הקפה, די פערטע, און איך האב מיך רואיג געקענט ארויך שלענגלען אויף די העכסטע שטאק פארנצ', וואס איז פשט?
יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון (חוץ די אלע שינויים פון די פריערדיגע יאהר'ן אז קיינער זאל נישט שטיין אויף די ערד, און נאך), אויף דרום איז פאריאהר גיווען 15 שטאק, און היי יאהר נאר 12, אויף מזרח פאריאהר 12 און היי יאהר 10, אויף צפון פאריאהר 10 און היי יאהר 9, אלעס צוזאם 6 שטאק פארנצ'ס, איר הערט? זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
און ווי זענען זיי אלע? פשוט, איך קום אריין און ביהמ"ד הגדול בית יעקב ד'באבוב זעה איך א ניי ביהמ"ד, א שיינע הויכע דאך, און פיהל מער פארנצע'ס פון פאריאהר, און ועל כולם איז עס אסאך מער געשטאפט פון פאריאהר, פאר קינדער איז מער נישט דא קיין פלאץ, מען רייסט זיך צו שטיין אינעם רעדל, און די וואס האבן שוין נישט פלאץ אויפן פארענצ'ס און שטייען אויף דער ערד, דארפ'ן א שפרונג טוהן פשוט צו כאפן א בליק אויפן הייליגען עבודה פון רבי'ן שליט"א, און ווער רעדט נאך פון די פרעמדע יודען פון די גאס, פאר זיי איז גלאט אזוי נישט דא קיין פלאץ, אזוי אז די גאנצע עולם וואס איז יא דא לעבט מיט, מיט א קאך און א ברען, אה! ממש א טעם גן עדן בעולם הזה, נישט דא קיין ווערטער דאס צו געבן צו פארשטיין.
נחזור לענינינו, דא פארט א באן, און אז מען זעט די דעסטינאציא פון דעם באן, דעם סוף, דעם לעצטן סטאפ, מ'קען זיך שוין יעצט רופען אויף יענעם מאמענט, וד"ל..........

עיקר הנקידה וואס מען דארף חזר'ן און חזר'ן ביז 48 וועט דאס איינזעהן, אז זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!

מ'קען שרייבען אויף היידפארק וויפיל שטותים מוויל, אבער פאקט בלייבט פאקט, און עס שרייט פאר זיך אליין.

זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!


האליגאנער » 24/10/2007 22:24

איך קען דיך נישט ענטפערן אויף דעם, ווייל ס'האט מיך קיינמאל אינטערעסירט ווי פול שטאקען פארענצ'עס ס'דא אין קארטשין.

_________________

promonade » 24/10/2007 22:29

ענטפער טאקע נישט, אפילו די שורה וואס די האסט געשריבען דא איז שוין צופיל, ס'אינטערעסירט דיר בכלל וואס מען שרייבט אויף היידפארק?

האליגאנער » 24/10/2007 22:44

ניין - איך בין מיך מחי' צו זעהן ווי ערנסט די באבוב 45 נעמען אן די גאנצע היידפארק אקציע - כאילו איינער רעכנט זיך מיט דעם

 

 



תוקן על ידי bzalh ב- 25/10/2007 16:17:13

avremel » 25/10/2007 00:10

 MAZELTOV! you guys are claiming the Beis Yaakov as yours aswell now
wait, there will soon be a din torah on the beis yakov

תוקן על ידי avremel ב- 25/10/2007 0:17:50

DumbRover » 25/10/2007 01:49

דו שייגעץ. אינמיטן דעם באבוב 45 הקפות ביסטע געגאנגען קוקן אין באבוב?
מער האסטע נישט אינזין?
עפשער האסטע געכאפט פיקטשעס אויך?



תוקן על ידי bzalh ב- 25/10/2007 16:17:59

promonade » 25/10/2007 04:28

נאכאמהל און נאכאמהל

זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!

פארדריי נישט די שמועס מיט זייטיגע שטותים, פאקט'ן קען מען נישט אפלייקענען....

האליגאנער » 25/10/2007 05:41

וועלכער חלק פון די פארענ'צעס זענען אוועק געגאנגען? די אייזענעס? די קלעצער? די קלעצער זענען זיכער געלאפן צו ענק!

פארוואס זענט עטס אלעמאל פארנומען מיט ציילן טישן, בענק, שורות און בילקעס? זאג מיר 20 נעמען (אפי' נישט קיין האלבע פארענטש) וואס זענען אוועק געגאנגען תשס"ז...

_________________

לאןאתההולך » 25/10/2007 05:48

אפילו די גאס מענטשן וואס גייען ארום און ארום אין שטאט צו די הקפות, זאגען אז אין 48 זענען דאס יאר די פארענטשעס איינגעשרינקען געווארן.

א פאקט איז א פאקט!

עטס קען דאך נישט לייגן צו הויכע פארענטשעס ווי אלע פריערדיגע יארן, עס וועט האבן אזא פנים ווי ביי ענקער  חתונה, ווי די הויך שטאגען זענען געווען ליידיג.




תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 25/10/2007 5:51:20

לאןאתההולך » 25/10/2007 05:56

וועלכער חלק פון די פארענ'צעס זענען אוועק געגאנגען? די אייזענעס? די קלעצער?

פרעגסט וועלכע חלק?
די חלק פון מענטשן זענען אוועקגעגאנגן!!

_________________

האליגאנער » 25/10/2007 06:59

ווער פאר א גוט יאר???

_________________

GoBobov45 » 25/10/2007 12:30

Promenade, 
well said!

and for the dumb holligans,
no, nobody - i hope - takes hydepark seriously. its just interesting to see how much garbage gets written. and more interesting is that you hooligans never answer a question. always beating around the bush.


האליגאנער » 25/10/2007 15:47

ווער איז אוועק געגאנגען - זאג נעמען!!! נישט פארענטשעס...

6 פארענטשעס איז א ערך פון אפאר הונדערט מענטשען - קנאקער - געב מיר בלויז 20 נעמען וואס זענען אוועקגעגאנגען תשס"ז?



תוקן על ידי האליגאנער ב- 25/10/2007 15:47:52

shulemberg » 25/10/2007 15:55

האליגאנער וואס רעדסטו נארישקייטן, דאס יאר איז אין בית יעקב די פארענטשעס געווען 6 שטאק העכער!
ווער דארף נעמען. תוקן על ידי - shulemberg - 25/10/2007 16:18:42

_________________

promonade » 25/10/2007 21:01

נאכאמהל און נאכאמהל

זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!
זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!

פארדריי נישט די שמועס מיט זייטיגע שטותים, פאקט'ן קען מען נישט אפלייקענען....


פארשטייסט אליין אז איך גיי נישט מפרסם זיין קיין נעמען דא אויף היידפארק, אבער די פאקט איז מער ווי גענוג.

זעקס שטאק פארענצ'ס האבן במשך פונעם יאהר תשס"ז פארלאזט די רביסטעווא פון מהרבצא"ל!!!

promonade » 2/11/2007 20:45

קען זיין אז די וואוטס וואס מען האט געטראפען זענען פון די זעקס שטאק פארנצ'ס וואס האבן געפעלט, לאמיר זעהן קומענדיגע יאהר צו מען צוריקלייגען די פארנצ'ס, אדער גאר אראפנעמען מער...