היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רז"ל נעמט קורס פון רעב יחזקאל גליק

רז"ל נעמט קורס פון רעב יחזקאל גליק

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2299997

רבי_יונה » 23/10/2007 19:19

נאך א גאנץ יאר צוקוקן מיט צער ווי רבינו שליט"א פארט ארום אין די יאטקעס נאך די ביטערע פינקעל פרשה, האט זיך אונער קאפי קעט רעבע אויפגעוועקט... ער האט ענדליך דערהערט די געשרייען און געווינען פון זיינע יועצים אז ער כראפעט אפ זיינע יארן, און מוז עפעס טאן צו ווייזן פאר זיינע בחור'לעך אז ער קען אויך קוקן א בהמה...

דער קאפי קעט רעבע האט אבער געזאגט אז ער קען נאך ווערן צו שאנד און צו שפאט, און ער וועט נישט וויסן וואס איז א לינג און וואס איז א לעבער, וואס איז צלע י"ב און וואס איז די ראיה.

ר' ליפא קרוס מיט ר' חיים יושע גאלד האבן אים בארואיגט, מ'וועט דיר געבן א 10 שעה'דיגע קורס, מ'וועט דיר וויזן עטליכע פילמס, און שיינע סליידס, און די וועסט זיין א "עכטע" רעבע... און ס'וועט זיין שיינע פיקטשערס און עולם החרדי...

פאריגע וואך האט מען גערופן דעם שוחט ר' יחזקאל גליק, ער זאל ברענגען א חלף און אים אנהייבן ווייזן די אלף בית פון די גאנצע מקצוע. ער האט אים געברענגט שטיקלעך פלייש און געוויזן וואס ער זאל פרעגן. נעכטן איז ער געקומען געבן נאך א קורס און מ'לייגט גרויס האפעננוג אז ביז עטליכע טאג וועט ער שוין קענען גיין צו א פאטאו אפ צו מיעל מארט און די גאנצע וועלט וועט זעהן אז ער קען גארנישט ווינציגער א בהמה ווי ער איז אליינס.

איין זאך דארף מען זיכער מאכן אז די זאלונים זאלן חליה נישט נעמען א פיקטשער פון 3 יאר צוריק און עס איבערקאפירן...

איזראלי » 23/10/2007 22:48

יפה דברת ואמת ויציב ונכון .

זשוליאני08 » 25/10/2007 18:17

רז"ל האט שוין געהייסן מאכן א אפוינטמענט צו גיין צו מיעל מארט.
ער וויל אבער נישטגיין סתם אזוי ווי א אומגערופענער גאסט, האט ער געשיקט הייסן מיעל  מארט, אז מ'מוז אים רופן ווי עס פאסט.