היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יום ה: חתונה בבית סאטמאר

יום ה: חתונה בבית סאטמאר

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2298428

ארגינעלער » 21/10/2007 05:50

דעם דארנערשטאג וירא קומט פאר די גרויסע חתונה פון די טאכטער פון הגה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אינעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק 53'סט.

שב"ק וירא וועט רבינו שליט"א פראווען אין בארא פארק לכבוד די שמחה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו !

שורשנגח » 25/10/2007 18:59

היינט נאכט קומט פאר די גרויסער חתונה.

גייט דער עולם מיט שטריימלעך?

_________________

ענטפער » 25/10/2007 19:15

אודאי יא!

איציק_מיכל » 25/10/2007 21:41

באקומען יעצט אין אי מעיל

עס וועט אי"ה זיין א "הוקאפ" אנגעהויבן פונעם קבלת פנים ביז נאכ'ן מצוה טאנץ
212-444-1100-8-1-1
212-444-1102

תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 25/10/2007 21:43:54

פאטאקי08 » 26/10/2007 19:53

א באריכט פון די חתונה ביטע

בילדער פון די חתונה ביטע

דוד46 » 30/10/2007 02:15

פארוואס איז דיין רבי נישט געקומען צו די חתונה נאר צום בענטשן?

אפשר ווייל ער האט געבלאזן אז האט נישט באקומען קיין סידור קידושין

my_pen » 30/10/2007 15:38

נישט אפשר, נאר זיכער וועגן דעם!...

דוד'ל, וואלסט שוין געמעגט וויסן, פאר מ'שרייבט א זאך פרעגט מען זיך נאך, וואלסט כאטש געפרעגט איין איינציגער אינגערמאן וואס איז געווען ביים חתונה וואלט ער דיר געזאגט דעם ריינעם אמת,

רבינו שליט"א איז אריינגעקימען צום חתונה אינמיטן טאנצן, ער איז געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, די מוזיק האט זיך דערנאך אפגעשטעלט, רבינו שליט"א האט זיך געוואשן און געפירט טיש, ווי ביי זיינע אייגענע קינדער, און אפילו, הער צו, דאס איז שוין אביסל אינטערעסאנט, ס'וועט זיין עטוואס פאני פאר דיר אבער ער האט געזאגט תורה אינמיטן די חתונה, ממש אזוי!

פארשטייסטע? פאר די פרעגסט אזא איידעלע קשיא "פארוואס איז דיין רבי נישט געקימען צו די חתונה נאר צום בענטשן" פרעג זיך נאך ביי אנדערע וועסטו שוין וויסן פארוואס..

סעדער » 30/10/2007 15:48

רבי דוד: פארוואס איז דיין רבי נישט געקומען צו די חתונה?

דוד46 » 30/10/2007 16:22

אויב וואלט עס אמת געווען וואלט איך שוין דא געזען הונדערטער פיקטשערס פון דיין רבי ביי די חתונה, ווי עס אזי ענקער מנהג ארויפצולייגן פיקטשערס פון יעדע ריר וואס ער גיט, אינקלודעד ווי ער גענעצט (עיין ארץ ישראל).

my_pen » 30/10/2007 16:32

אההה, בילדער? נישט קיין פראבלעם, קענסט קויפן די וואך די צייטונגען, וועסט זיכער זעהן די בילדער,

און אז די ווילסט עס דוקא זעהן דא אויף הייד פארק וועסטו מיזן ווארטן ביז די אויסגאבעס קימען ארויס הערשט דאן וועל איך עס לייגן.

דוד46 » 30/10/2007 16:33

אהא איך פארשטיי שוין, עס ליגט ביי דאקטער שפיטצער 

סעדער » 30/10/2007 16:37

שוין צייט צו גיין צו די לוי' רבי דוד.


זשוליאני08 » 30/10/2007 17:07

דוד פארוואס איז דיין נועם המידות נישט געקומען צו די חתונה פון זיין ברידער'ס אינגסטע קינד?
הא? נועם המידות?!

האט ער נישט געקענט הערן דזשיגאנס טעיפס שפעטער?

דוד46 » 30/10/2007 17:10

איך קום יעצט פון דאקטער שפיטצער און איך מוז ענק זאגן9ז ער מאכט א גוטן דשאב מיט די פיקטשערס, עס וועט ארויסקומען A1 

my_pen » 30/10/2007 17:15

[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 30/10/2007 17:17

דאס איז אן אלטע פיקשער

גאסט » 30/10/2007 17:21

דוד, ווי אלט איז דער חתן?

ער האט שוין צוויי מאל חתונה געהאט אפשר?


my_pen » 30/10/2007 17:23

אן אלטע בילד איז ביי דיר אפגעפרעגט ?

איר ניצט דאך אזעלעכע זאכן יעדען טאג, טא, פאר דיר איז עס זיכער נישט קיין פראבלעם, פארשטיי איך..

דוד46 » 30/10/2007 17:30

בקיצור, איך זאג ענק צו אז דער דאקטער מאכט א גוטן דזשאב.

עטס קענטס רואיג שלאפן

מנהלרוחני » 30/10/2007 17:31


באקומען אין מיין אימיעל אויף מיין סעלולאר

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 30/10/2007 17:33:09