ביקור רבינו שליט"א בארה"ק
אין פריה אוונט שעות, נאכ'ן מנחה, איז רבינו שליט"א געקומען אויף א באזוך במעון קדשו פון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א זיך וואונטשן אינעיינעם מזל טוב, לכבוד שידוך שליסן פון בת רבינו מיט נין בעל שבט הלוי שליט"א.
נאכדעם איז רבינו שליט"א מיט'ן רב שליט"א געפארן צום חתונה בבית הרה"נ ר' חנוך סגל שליט"א. שפעטער ביינאכט פאר חצות, איז רבינו שליט"א צעריק ערשינען צום חתונה, וואו האבן זיך באטייליגט אסאך אדמורי"ם אין ראשי ישיבות שליט"א וואו צב"ש הגאון האדיר ר' חיים קאניעבסקי שליט"א. אין נאכ'ן בענטשן, האט די וועלט באריטע בדחן הרב מענדל יאקאב שליט"א גערופען רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, מיט שיינע דברי מליצה, אין האט מעלה געווען זכרונות פון הייליג'ן רב זיע"א ביי זיין בעל אכסניא די מחותן ר' חנוך סגל, אין פון די פייערדיגע הייליגע טעג וואס הארט יעצט באבן אנ"ש מיט געהאלטן ביי רבינו שליט"א במעון קדשו. רבינו שליט"א איז געבליבן נאך זיין לענגערע טאנץ וואס איז געווען באטייליגט מיט הונדערטע אנ"ש, צום טאנץ פון רב שליט"א אין די מחותן סאווראנער רבי שליט"א.
יעצט איז רבינו שליט"א אויפן וועג צום שטיבל אין ירושלים דאווענען מנחה. נאך מנחה וועט רבינו שליט"א משמיע זיין מדברות קדשו דברי חיזוק פאר אנ"ש אין ירושלים. נאך מעריב וועט פארקומען קידוש לבנה. אין שפעטער פארטמען אריין צום חופה בבית הרה"ג ר' א"ח שטרנבוך שליט"א.
ל ו ז ע ר.
אפשר ענטפערסטו צו דער זאך, פאר א גוט יאהר, כאטש איינמאל...
ממש א באמבעדיגע קשיא, לית נגר ובר נגר דיפרקיניה. וצע"ג.
אזוי!
אזוי האלסטו פון דיין הייליגן רב ז"ל?
דא איז רמ"ד א צווייטע קאזין דארך זיין ווייב איינמאל אפגעריקט - און אפי' קיין סידור קידושין אויך נישט???
פארוואס האט עם צירי סגול אויך נישט געגעבען סידור קידושין???
תוקן על ידי האליגאנער ב- 18/10/2007 18:57:18
דער הייליגער מהר"ש איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל וועגן סידור קידושין אדער וועגן טענצל?
דער הייליגער מהרנ"צ איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל וועגן סידור קידושין אדער וועגן טענצל מיט אגארטל?
קענסט פלאצן פון כבוד פון זייערע הייליגן ממשיך בקודש שליט"א וואס ער באקומט אמעטום, אבער גיב אכטונג, ס'קען קאסטן אין געזונט.
_________________
דער הייליגער מהרנ"צ איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל, צו טיילען כבוד און מחזק צו זיין זיינע שוועסטער-קינדער...
רמ"ד לויפט אויף אלע פיר - צו צווייטע קאזין'ס - צו "באקומען" כבוד און זיך אליין מחזק צו זיין!!!
ממשיך בקודש הע? דאס איז באבוב הע?
תוקן על ידי האליגאנער ב- 18/10/2007 19:33:53
(טעלעפאנישע באריכט)
רבינו שליט"א איז יעצט דאנערשטאג נאכט געווען אין בעלזער ישיבה הגדולה אין רמות ירושלים. רבינו שליט"א האט באזוכט ביי דודו האדמו"ר מדעעש שליט"א (לרפו"ש) אין ירושלים, און דערנאך געדאווענט מעריב אין דעשער ביהמ"ד, נאך מעריב האט דער מנהל רוחני פון בעלזער ישיבה איינגעלאדענט רבינו שליט"א אריינצוקומען אין ישיבה, ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען האבן די בעלזער בחורים אויפגענומען בשירה ובזמרה איון געזונגן "ברוך הבא בשם השם", די בעלזער בחורים האבן צוגעגרייט לעקיך, אויף ווייסע גדעקטע טישן, רבינו שליט"א האט זיך מתנצל געווען אז די צייט איז קורץ, און פארט באלד עירפארט און האט נאך א פאר שמחות צוגיין, רבינו שליט"א האט איבערגעלאזט ברכת קדשו, און די בחורים האבן גענומען שלום, און ארויסבאגלייט ביז צום קאר.
פון דארט איז רבינו שליט"א געפארן צום כותל מיט א ענגע קרייז מענטשען, געזאגט שטיל די ערשטע צען קאפיטלעך תהילים, און געליינעט עטליכע קוויטלעך, און מתפלל געווען פאר כלל ישראל להפקד בדבר ישועה ורחמים.
פון דארט איז רבינו שליט"א געגאנגן צום שבע ברכות פון החתן דאמיניץ פון אנטווערפן.
פון דארט צו די חתונה פון דומ"ץ באבוב ירושלים הגאון ר' אלי חיים שטערנבוך שליט"א, דער ריזיגע עולם ביי די חתונה האבן פייערליך מקבל פנים געווען רבינו שליט"א ביים אריינקומען צו די חתונה, ביים אויבנאן איז רבינו שליט"א מקבל פנים געווארן דורך הגאון רבי שמואל אויערבאך שליט"א,
רבינו שליט"א האט אינמיטן די חתונה געטאנצט דאס "מצוה טאנץ"
פון דארט איז רבינו שליט"א געפארן צום עירפארט. אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק לביתו נאוה קודש
רבותינו זצ"ל האבן געהאט א סאך קאזינ'ס פין אלע זייטן פין די משפחה - אבער זיי זענען קיינמאל נישט געפלויגן צו די חתונות נאר צו די שמחות פין די קינדער אין אייניקלעך פין בנות הקדושת ציון הי"ד - דארט איז געווען אן אויסנאם - אין די פריעדיגע רב ז"ל מיט די רב ז"ל האבן מקפיד געווען צו זיין ביי די שמחות נישט קיין נפק"מ וויאזוי די מחותנים האבן אויסגעזעהן אין נישט קיין נפק"מ ווי ווייט מ'האט געדארפט צו פליען - ווילאנג רבותינו הק' זענען געווען ביי די כוחות האבן זיי אלעס געטוהן כדי צוזיין ביי די חתונות.
אין ממילא איז רעכט אז די היינטיגע באבובע רבי זאל ממשיך זיין די "רצון קדשו" אין זיך משתתף זיין ביי די שמחות -
אז עטס קענען נישט שלינגען קיין ביטערן פיל איז נעקסט מאל נעם נישט קיין צד אין די מחלוקת אין בלייב זיצן אינדערהיים
יעצט וועסטו דארפן שלינגן ביטערע פילן אין זיי מוכן ומזומן.
בדרך אגב - ביסטו נישט קיין ניקלשבורגער? דאכט זיך מיר אז די דרייסט זיך דארט ביי מלוה מלכה'ס?
האדמו"ר מבאבוב שליט"א חזר לניו-יורק בטיסת אל על @ בירך את צוות המטוס וציין לשבח את השירות המיוחד של חברת אל על @
כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א חזר ביום חמישי לניו יורק בליווי קבוצה גדולה מחסידיו, לאחר ביקור קצר בארה"ק לרגל שמחה. בפתח בית הנתיבות בנתב"ג קיבל את פניו
האדמו"ר שליט"א טס בטיסת אל על 023 לניו יורק, במטוס "קריית שמונה" החדש של אל על. בפתח המטוס קיבלו את פני האדמו"ר שליט"א הקברניט, מנהל השירות בטיסה וצוות האוויר, שזכו לקבל את ברכת קודשו.
האדמו"ר שליט"א הודה לצוות על השירות וציין לשבח את אל על, המקפידה להעניק לנוסעים שירות לבבי וראוי. האדמו"ר שליט"א הוסיף ואמר כי, הוא מורה בקביעות לחסידיו להעדיף את טיסה באל על, שהיא חברת התעופה הטובה ביותר עבור הנוסע היהודי והחרדי. "תמיד אנחנו אומרים, שיש להעדיף את אל על שהיא חברה יהודית", אמר האדמו"ר שליט"א.
[בילד – נישט אפגעהיט]