לעצטע געלעגנהייט: זאליס, שטעלט זיך צו דין תורה!
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2295028
אין די טעג גרייט מען זיך צום - לכאורה - לעצטן הירינג וואס וועט פארקומען אין די געריכט זאלן בנוגע דעם סכסוך אין די סאטמארע קהילה, וואס איז זיכער אז עס איז א קריטישער ווענדפונקט אין דעם לאנג פארצויגענעם ליידער-געריכטליכער סכסוך אפגעזען פון דעם אויסגאנג זיינעם.
דערפאר וויל איך אויסנוצן די געלעגנהייט און זיך ווענדן מיט אן עפנטליכן רוף צו יעדן נארמאלן מענטש וואס געפינט זיך ביי די זאליס, און וועמענ'ס געוויסן עס מאנט און ווייטאגט אויף דעם טרויעריגן מצב אין וועלכן די סאטמארע קהילה האט זיך פארפלאנטערט אך ורק צוליב דעם אומגעהויערן עקשנות פון די זאליס זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר: לא עת לחשות !
אין די קומענדיגע וואכן אדער מאנאטן וועט מעגליך אפגעזיגלט ווערן אויף אייביג דער שוידערליכער חילול שם שמים וואס רז"ל און זיינע שיק יונגלעך האבן גורם געווען, ביים אריינצווינגען די גרעסטע און חשוב'סטע קהילה אין דער וועלט צום געריכט !!! וואו וועט איר באהאלטן אייער שאנד פון די קומענדיגע דורות, והי' כי יאמרו אליכם בניכם, פארוואס האט איר נישט געטון אלעס אין אייער מעגליכקייט אפצושטעלן דעם מאסשטאבליכן חילול השם דורכ'ן ברענגען דעם סכסוך צו א דין תורה !!!
זייט נישט קיין צועקים לשעבר ! שטעלט אפ דעם חילול השם אין די לעצטע מינוט ! מאי דהוה הוה, כאטש יעצט פרובירט מיט אלע כוחות צו ברענגען דעם ענין לידי גמר ביי א בי"ד כשר בישראל ! שפארט זיך איין די שרעקליכע בושות ביים יום הדין ! לאזט נישט די היסטאריע אייך אפסטעמפלען אלס קהילה און רעביסטווע וואס איז געקרוינט געווארן דורכ'ן געריכט !
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
פאר די אשכול גייט זיך ציען ווייטער מיט אלע אלטע אויסגעדראשענע סוכסוכים,
וויל איך נאר קלאר מאכען איין זאך.
די וואך דינסטאג איז נישט די דעיט אויף די פסק.
ס'איז סתם א הירינג....
יעצט פאנגטס אן.....
דוד46 הייב אן מיט דיינע נערישקייטען......
דעם והי' כי יאמרו אליכם בניכם וועט נישט זיין אונזער פראבלעם, מיר האבן אן אפמאך מיטן ווינער רב, לאחר מאה ועשרים וועט ער אונז איבער געבן זיין
ליידיגען נאכטקעסטל.
מיר וועלן דאס ווייזן פאר די דורות הבאים און דער חילול השם וועט בלייבן פאר ענק, די הולכים בערכאות של עכו''ם, צו פארענטפערן!
_________________
נאכאמאל!
מען האט דיר קלאר געזאגט צום איבער הונדערטסן מאהל "קום צו א דין תורה בזבל"א"!
וואס דרייסטן מיטן צונג
וואס האקסטו אין טשייניק
נאכאמל!
"קומטס צו דין תורה"!
הערסט א מעשה? דער זלמן לייב ט"ב שרייט קלאר אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה פון תהלוכות הקהלה, קשר בוגדים, סמכות עליונה, אהבה מסתרת, מיט די אלע טינופת, און ער האט נאך די העזה צו פארלאנגען אז ער מוז זעהן די היתר בי"ד, דאס איז פונקט וואו דער מערדער זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט צו פראוון אז ער האט טאקע געהרג'עט איינעם. נאך דאס ווילסטו נאך אויך, זעהן די היתר בי"ד? נישט גענוג די מאכסט אן א חילול השם איום ונורא מיט דיין עקשנות פון נישט קומען צו די"ת, האסטו נאך די העזה צו זעהן א היתר בי"ד?
הערסט א מעשה? דער אהרן ט"ב שרייט קלאר אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה אז ער דארף נישט אונטערשרייבן שטרי ברורין, און ער האט נאך די העזה צו פארלאנגען אז יענער זאל זיך שטעלן צום דין תורה, דאס איז פונקט וואו דער מערדער זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט צו פראוון אז ער האט טאקע געהרג'עט איינעם. נאך דאס ווילסטו נאך אויך, זיך ארויסצודרייען פון נאכקומען דיינע פליכטן אויב דו וועסט פארלירן דעם דין תורה? נישט גענוג די מאכסט אן א חילול השם איום ונורא מיט דיין עקשנות פון נישט קומען צו די"ת, האסטו נאך די העזה אנצושטעלן א תאמעוואטע פרצוף...?
הערסט א מעשה? פאר 2 יאר שרייט דער זלמן לייב ט"ב אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה פון תהלוכות הקהלה, קשר בוגדים, סמכות עליונה, אהבה מסתרת, מיט די אלע טינופת, און ער האט נאך די העזה 2 יאר שפעטער חשון תשס"ג פאר די חתונה פון רבי'ן ז"ל אייניקל, צו קומען מיט פרישע פארלאנגען אז דער זאל אונטערשרייבן יענער זאל אינטערשרייבן, דאס איז פונקט וואו דער מאפיא זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט צו פראוון אז ער האט טאקע געהרג'עט איינעם. אויב מיטן זעלבן מויל שרייסטו אז די ביסט פטור פון די"ת וועגן דיין שמחות עליונים, ווי אזוי האסטו נאך די העזה 2 יאר שפעטער צו פארלאנגען חתימות?
הערסט א מעשה? פאר 2 יאר שרייט דער אהרן ט"ב אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה אז ער דארף נישט אונטערשרייבן שטרי ברורין מיט די אלע טינופת, און ער האט נאך די העזה 2 יאר שפעטער חשון תשס"ג פאר די חתונה פון רבי'ן ז"ל אייניקל, צו קומען מיט פרישע פארלאנגען אז ערשט זאל מען זיך שטעלן צו דין תורה און דערנאך וועט מען באשליסן צי ער דארף אונטערשרייבן, דאס איז פונקט וואו דער מאפיא זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט אז ער זאל דער טויטער פראוון אז די מאפיא האט אים טאקע געהרג'עט. אויב מיטן זעלבן מויל שרייסטו אז די ביסט פטור פון די"ת ווייל דו לערנסט יעצט די סוגיא פון מתוך, ווי אזוי האסטו נאך די העזה 2 יאר שפעטער צו פארלאנגען דין תורה?
די זאליס נועם המידות קעפ פארשטייען פשוט נישט דער דרך העולם, דער דרך העולם פון א די"ת איז אזוי:
סטעפ 1: מרופט צו די"ת
סטעפ 2: מ'פאראייניגט זיך אויף א בי"ד כשר
סטעפ 3: מ'פארלאנגט פונעם בי"ד חתימות
סטעפ 4: מ'לייגט פאר די טענות
און צום לעצט: מ'געט ארויס א פסק
ביי די זאלי כעלעמע נועם המידות גייט עס פונקט קאפויע
סטעפ 1: קודם קומט ארויס א לאנגע קשר בוגדים פסק, דאס איז פאר וואו וואס ווען,
סטעפ 2: נאכן האבן די פסק אין טאש הייבט מען אן צעגערן פאר 2 יאר מיט 5טע שו"ע טענות אז זיי זענען גאר אימיונד פון בי"ד, צוליב תהלוכות הקהלה און די אלע קרעפ.
סטעפ 3: נאך ארומשלעפן 2 יאר מיט עקשנות, הייבט מען אן וואו א מאפיא צו פארלאנגען חתימות פון די גאנצע וועלט
סטעפ 4: צום לעצט קומט מען מיט א קעלבערנע פנים אז נאר דער קשר בוגדים דיין איז געאייגנט צו פסק'נען
אזעלעכע געזעצן זענען פערפעקט פאר סדום.
דוד'ל,
פארוואס האסטו יעצט ניש גע'פעיס'ט די ווערטער פון "קושקע" ?
דוד46, הבדלה מנין, איר זענט גענצליך פטור פון ענטפערן, דער אשכול האט אייך בכלל נישט געמיינט. די טענות ארום די טעמע זענען שוין געשלאסן פון לאנג, ווייניגסטנ'ס פון מיין זייט. יעדער פערספעקטיוו איז שוין איבערגעקייט און אויסגעדראשן, דער ווייטאגליכער מציאות איז אז מ'זיצט נישט ביי דין תורה, און די איינציגע שולדיגע זענען רז"ל און זיינע אונטערטאנען.
און איך חזר איבער מיינע ווערטער, איך מיין יעדעס ווארט מיטן גאנצן ערנסטקייט. אויב געפינט זיך נאך אין זאלי לאגער עמיצער וואס האט א ברעקל יראת שמים וואס זיין הארץ ציפט אים כסדר אויף דעם שוידערליכן פארברעכן וואס איז אפגעטון געווארן דורך רז"ל און זיינע שלוחים. אויב איז נאך דא דארט עמיצער וועלכער זארגט זיך פאר דעם פארשווארצטן פנים וואס די זאלי קהילה וועט טראגן אין די היסטאריע צוליב זייער פרעכער מסרב זיין לדין תורה. אויב איז נאך דא דארט עמיצער וועלכער איז נישט גענצליך בלינד און האט נאך דאס מינדסטע פחד פארן יום הדין הגדול והנורא, זאל ער וויסן אז יעצט איז די צייט ! ער קען נאך אריינכאפן בעת נעילת שער און פרובירן אפווישן דעם שענדליכן פלעק פון רז"ל און א קהילה וואס רופט זיך מיטן נאמען סאטמאר.
אל תאמר לכשאפנה......
פארפאסט נישט די לעצטע געלעגנהייט !
גיב מיר א דעדליין, וועלכן טאג, שעה, מינוט און סעקונ דע...
דוד, יאפס זייער גוט גענפערט דאס מאל.
ווען זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן קומט זיי מיט לצנות, כי זה דרכם כסל למו, אלעס איז ביי זיי א לצנות.
ליצנות ענטפערט מען מיט ליצנות
דוד'ל
אקוראט דאס טוט "דער בלאט" מיט ענק, פארוואס דארט'ן זענען ענק מחא טענות?
ביזטו כאטש מודה אז דער בלאט אין איין שטיק ליצנות!
א גרויסע דערגרייכונג
דער גאנצער וויכיח דא איז זייער נאריש
ווייל דאס איז קלאר ווי דער טאג אז די ארונים וועלען אריין גיין אין היסטערי אז זיי האבען אריינגעשלעפט די גרעסטע קהילה אין די גוישע קאורט סיסטעם
און די אלע נארישע תרוצים אז מען האט א היתר בי"ד, אז די זלונים האבען נישט געוואלט גיין צו דין תורה וועט נישט קיין סאך העלפען
איינס ווייל דער היסטערי קוקט נאר אויף דאקומענטען
און קיין היתר בי"ד (וואס דער בי"ד האט נישט צוריק געצויגען) איז נישט דא און אפילו יענער וואס האט יא קודם געגעבען און נאך דעם צוריקגעצויגען האט אויך נאר געגעבען אויף א טי אר אוי אבער נישט אז מען זאל אריין ברענגען דעם גאנצען סוכסוך אין קאורט אריין
צווייטענס ווי אזוי מען זאל עס נאר דרייען זענען די ארונים די פלעינטיף זיי זענען דו תובעים און דו קאורט וואס דעם פלעק וועלען זיי קיינמאל נישט קענען אראפנעמען
עס וועלן פארבלייבן אין היסטאריע די הונדערטער קלארע דאקומענטן מיט ריזיגע קידוש לבנה וואס מ'בעט זיך וואו א קינד ביי זלמן לייב טייטלבוים ער זאל זיך שטעלן צו די"ת ווי א איד.
עס וועלן פארבלייבן אין היסטאריע די קלארע דאקומענטן פון שמואל פריעד און שאול פערלשטיין (די זאלי די"ת פארהאנדלער), וואו זיי שרייבן מיט א פרעכהייט אז זיי זענען אויסנאם פון גאנץ כלל ישראל, אז זיי זענען פטור זיך צו שטעלן לדין וועגן זייער מאפיאנערישע "תהלוכות הקהלה" ערפינדונג.
דאס אז אידן זענען ליידער געצווינגען צו גיין לערכאות איז ליידער מעשים בכל יום, עס איז געווען בימות רבינו יואל והברך משה.
די "תהלוכות הקהלה" פלעק וועט ענק נאכלויפן דורכאויס היסטאריע.
עפנטליכער רוף: דער זייגער רוקט זיך, און די לעצטע געלעגנהייט פאר די זאליס אראפצונעמען די חרפה פון זיך און סאטמאר בכלל לויפט שוין באלד אויס! טראכט אייך גוט איבער, איר קענט נאך אריינכאפן אין די לעצטע מינוט עטוואס צו פארווישן דעם שענדליכן פלעק! זייט נישט פון די צועקים לשעבר!
----
קושקע, אז דו רעדטסט שוין יא, פארגעס נישט פון די הזמנה וואס רז"ל האט זעלבסט געשיקט פאר די בני רבינו, און די רגע וואס מ'האט אים געענטפערט אז מ'איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה האט ער איינגענומען א שטים שווייגעניש כאילו מ'וואלט אים געהייסן זאגן תורה !
געגאנגען, וואס באדייט "די לעצטע געלעגנהייט " צו גיין צו דין תורה?
אויב עטס פארלירטס און קאורט און נאך דעם אפפערט מען ענק צו גיין צו א דין תורה, וועט עטס דאס נישט מער אננעמען?
_________________
געגאנגען
מאך דיך נישט תאמעוואטע
אהרן טייטלבוים האט געענטפערט (ליין: זיך פאררעדט) דורך זיינע שלוחים אז דאס האט מיט די דין תורה וואס זיינע רשעי הקהילה האבן גערופן עטליכע יאר פריער.
איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס די זאליס זאלן זיך יעצט שטעלן צו דין תורה. זיי האבן גארנישט וואס צו געווינען פון דין תורה, נאכדערצו אז אין קאורט זענען זיי זיכערע געווינערס.
זיכער איז דער טויט
און זיכער איז מען אז מען גייט מיט די תורה!
פון "רעדן" אז מען דארף גיין צו דין תורה איז גארנישט.
מיט וועלעכע "תורה" גייט עטס? נישט דאס וואס מ'האמיר מקבל געווען מסיני, דאס איז ענקער גראוליגע מאפיאנערישע "תהלוכות הקהלה" "קשר בוגדים" תורה חדשה? דאס קוקט ענדערש אויס וואו די אללא אכבאר קוראן.
א מין שייגעץ ער שטעלט זיך נישט צו קיין דין תורה ווי מ'האט עם קיינמאהל נישט גערופען
קיינמאהל נישט באקומען קיין הזמנה
קיינמאהל נישט באקומען קיין סירוב
אין דאך וויל ער זיך נישט שטעלען לדין
ביזט א מבין
וואס....?
קיינמאהל נישט באקומען קיין הזמנה...?
קיינמאהל נישט באקומען קיין סירוב ....?
די האסט א קאפ פון א קאץ ?... צו וואס....
וויפיל דריק האט מען געלייגט אויף ביד"צ "בית יוסף" נאכ'ן געבן הזמנות, און נאכ'ן געבן א "עיקול"...
והיאך יכול החי להכחיש את החי...?...
אפשר קענסטו מיר ווייזען א הזמנה פון רא"ט צו רזל"ט?
אדער א סירוב?
ניין, ער קען נישט, ס'איז נישטא, און קיינמאל נישט געווען, האסט אים געפאקט, ער איז ללעג ולקלס!..
איי אם סארי קושקע!
איך האב דיך נישט געוואלט אויפוועקן פון טיפן שלאפ...
מיי פוט, סאיז טאקע יא געווען, כ"ק הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א האט פארבויגן זיין כבוד און פערזענליך אנגערופן די געוועזענע קרית יואלער רב ער"ה תשס"ג און אים געבעטן צו קומען צו דין תורה, צו וואס סאטמאר וועט זיך צושטעלן לפנים משורת הדין, און אפשטעלן דעם געוואלדיגן חילול השם, די פרעכע ענטפער איז געקומען בעל פה, און נאכדעם בכתב דורך דעם גראבן רעב אלישע, אז ער האלט נישט דערביי! ער וועט שיקן טויזנט הזמנות דורך שליחים, און אויב ער וועט פארלירן וועט ער זאגן אז ער האט גארנישט מיט בערל פרידמאן און ער מאכט א פרישע דין תורה!
רבינו שליט"א, דעמאלץ וויליאמסבורגער רב, האט קלאר געזאגט אז ער איז גרייט אונטערצושרייבן די שטרי בירורין!
יא, דאס הייסט אויסדריקליך גערופן צו דין תורה און נישט געקומען! ער איז סיי א הולך בערכאות סיי א מסרב לדין און סיי א מחלל שם שמים אויף א אופן וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע!
לולא
דזשאן קערי איז פרעזידענט
ווייסטו דערפון?
דערמאנונג #110,330
אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל בעטן מיר בכל לשון של בקשה פון יעדן מענטש וואס האט איינפלוס אויף רז"ל און זיינע שותפים אז ער זאל טון כל מה שביכולתו אראפצונעמען דעם שענדליכן פלעק פון סאטמאר בפרט און אידישקייט בכלל, און זעהן אז רז"ל זאל אויפגעבן זיין ביטערע עקשנות זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר!
אנא, חוסו על נפשות בניכם!
מ'טאר זיך נישט מייאש זיין די לעצטע מינוט. איך טרעט ווידער אויף מיט די עפנטליכע פאדערונג: שטעלט זיך צו דין תורה ביי א כשר'ן בית דין! ווערט נישט אפגעזיגלט לחרפה ולדראון עולם!
געגאנגען, הער שוין אויף צו שפילן מר. דין תורה! עס גייט שוין סתם אויף נערווען.
| געגאנגען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | מ'טאר זיך נישט מייאש זיין די לעצטע מינוט. איך טרעט ווידער אויף מיט די עפנטליכע פאדערונג: שטעלט זיך צו דין תורה ביי א כשר'ן בית דין! ווערט נישט אפגעזיגלט לחרפה ולדראון עולם! |
|
אפשר ענטפערסטו אויף די געציילטע פראגעס:
ווי טרעטסטו אויף, ווי עפענטליך איז כל העולם כולו?
וואס טייטש'ט ביי דיר א כשר'ע בי"ד, נאר אזא איינער וואס גייט פסק'נן להנאתך ולטובתך?
מיט וועלכען סטעמפל גייט מען זיגעלן, און אין וועמענ'ס הענט ליגט דאס?
די קומענדיגע וואכן דארף ארויסקומען די פסק פון אלבעני
יעצט ביזן פסק איז נאך דא קליינע טשענסעס אז די זאליס וועלן זיך נאך אפשר בארעכענען
נאך וואס זיי געווינען וועלן זיי זיכער נישט קומען
און אויב (אויב?) די ארוינים וועלן געווינען וועלן זיי ארויסנעמען די 168 בקשות למסרבים לדין
"שטעלט ענק צו א בי"ד המרוצה לשני הצדדים או בזבל"א בזבל"א"
א כשר'ע בי"ד הייסט ווען קיינער (איך מיין נישט די תלמודי חכמים) ווייסט נישט פאראויס וואס זיי גייען פסקנען
געגאנגען, די זאליס האבן נאך א געלעגנהייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אדער דאס איז עס, די לעצטע געלעגנהייט איז פאראיבער און עטס נעמטס מער נישט אן די זאליס צו א דין תורה?
ווואס פאר א דין תורה אויף זייער קאפ ביי זיי איז דאך די ערכאות של עכו''ם די תורה אליין .
איינס נאך די לעצטע געלעגנהייט: זאליס שטעלט אייך צו דין תורה והכל על מקומו יבא בשלום.
כ'קען דיר אזויפיל זאגן, די זאליס וועלן אריינגיין אין די היסטאריע אלס שרעקליכע מחללי שם שמים וועלכע האבן געשטעלט דעם טאן אז די תורה איז די לעצטע זאך וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט אויפן וועג צום געווינען. און יא, איך האף נאך אלץ אז סוף כל סוף וועלן זיי זיך בארעכענען און תשובה טון.
אויף יענע וועלט נעמט מען נישט די זאכן וואס די ריכטער נעמען...