היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פארגעסט דעם לישב... אבערן אן בזיונות ב"ה

פארגעסט דעם לישב... אבערן אן בזיונות ב"ה

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2287561

זשוליאני08 » 1/10/2007 03:31

ביים ריזיגן טיש ליל שב"ק ביינאכט האט רז"ל געמאכט קידוש און כדרכו פארגעסן דעם "לישב בסוכה", ווען ער האט אנגעהויבן טרינקען דעם כוס האט אים יודל וויינשטאק דערמאנט "לישב"...

צווישן ערשטן און צווייטן שלינג האט ער געמאכט דעם לישב. עס איז געווען עקסטערע חסדים אז ס'איז נישט געווען קיין בזיונות, ווייל נישט מער ווי 20 שטריימלעך האבן זיך דארט געפונען.