קושקע,
קודם כל, די פראבירסט יא זייער אפען צו פארגלייכן די אמת'דיגע גדולים וקדושים מיט להבדיל
דיין רבי. קענסט זיי איבערבעטן אבער ביטע לייקען נישט זאכן וואס זענען שווארץ אויף ווייס.
יעצט לענין,
חוץ אויב די ביסט א נביא איז דיר נישט מעגליך צו וויסן ווי אזוי היסטאריע וועט שאצן די דאזיגע יאהרן און רבי'ס.
דיינע מעסטערס וואס די שרייבסט אליין איז באזירט אויף שכל און לאגיק, אבער זיי זענען נישט קיין נביאים, די בעסטע ריאה צו דעם זענען די בעלי דברים דא.
אין תשנ'ט האט שכל און לאגיק געזאגט אז לאחר מאה ועשרים פונעם רבין דער בירך משה זצ'ל וועט ר' אהרן ממלא מקום זיין, אבער קוק ווי די היסטאריע האט זיך למעשה אויסגעשפיעלט (אין קנאפע זיבן יאהר) האט ר' אהרן אפילו נישט קיין דריסת הרגל אין די הויפט סאטמארע אנשטאלטן, נישט אין די שוהלן און נישט אין די מוסדות. און כדי זיך צו מאכן פאר א רבי האט ער געמוזט עפענען אייגענע שוהלן און מוסדות און רוב גרויסע אדער פראמינאטע סאטמארע געגענטער ווי וויליאמסבורג, ירושלים, מאנסי און קאנאדא ועוד.
בכלל זענען דיינע מעסטערס (די ערשטע צוויי) נישט קיין וועג ווי אזוי מען שאצט און געדענקט צדיקים ביז היינט.
גדולים וקדושים האט מען געשאצט און געדענקט לויט זייערער הנהגה, מדריגות און זייער עבדות השם.
צו זיי האבן געהאט אסאך חסידים אדער זייער פארברענטע חסידים האט נישט אויסגעמאכט.
למעשה, דער עתיד קענען מיר נישט וויסן, אבער דעם עבר ווייסן און געדענקען מיר זייער גוט.
_________________