די צווייטע נאכט יו"ט "שמחת בית השואבה", האבן טויזענטער טויזענטער זיך מתחמם געוווען לאורו פון כ"ק רבינו שליט"א ביים שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה, וואס איז דאס יאר אויפגעשטעלט געווארן אויפן ריזיגן שטח בחצר בית מדרשינו.
די גאנצע סוכה מיט די 10 הויכע שטאגיקע פארענטשעס זענען געווען געפאקט עד אפס מקום,
גרויס התרגשות האט געהערשט ביי די טויזנטער ווען רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט על מקומו, איז געטאנצט דעם "האדרת האמונה" כמנהג בית באבוב, דער גאנצע סוכה מיט אלע מענטשן דערין האבן געשפרינגען און געטאנצט, אז די קולות פון געזאנג האט ווייט ווייט אפגעקלינגן.
אויך אויף דער גאס אויף די 14 עוו. ביי די 49 גאס, זענען נאך געשטאנען מאסן מאסען מענטשן פון גאנץ בארא פארק, וואס זענען נישט ערמעגליכט געווארן אריינצוקומען אין די סוכה צוליב די געדרעגעניש.
"מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו"
דער אמת וועט זיגן!!
_________________
