היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » דעת מהר''ש היה שרב''צ יהיה רב בבני ברק

דעת מהר''ש היה שרב''צ יהיה רב בבני ברק

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2285671

sim » 26/9/2007 18:22

מאנטיג איז ב''ד ארויף געגאנגין צי ר' שבתי שטורם אין רויזענבערג האט געזאגט" דאס איז געוועהן די פרעיזנדענט פין באבוב" האט זיך ר' שבתי אנגעריפן "איך בין נאכאלטס" אין ער האט געזאגט אז ער איז געווהן ביי meting ביי די מהר''ש זצ''ל
 אין ער האט געזאגט ר' בצ''ב איז אין לאנדאן ר' יי''מ איז אין קרית באבוב וכ''י
"אין איך וויל שיקען מיין זין רב''צ צי בני ברק"

אין די רעבצין האט נישט געלאסט
זה היה דעת מהר''ש

האליגאנער » 26/9/2007 18:55

פארוואס פירט ער נישט אויס זיין שליחות??? ווי איז ער געווען י"ב אדר???

_________________

לאןאתההולך » 26/9/2007 19:45

האלאגאן
הרבני הנגיד ר' שבתי הי"ו נשיא של מוסדות באבוב, מאישי סוד ונאמן של מרן המהר"ש זי"ע, האט נישט געהאט א שליחות איבערצוגעגעבן.
ער האט דערציילט פאר בי"ד, אז עס איז געווען אן א אסיפה מראשי הקהלה אין הויז פון מרן מהר"ש זי"ע, וועגן די עתיד פון די קינדער פון מהר"ש, און מען האט אויסגערעכנט אלע קינדער, ווי יעדער איז ב"ה שוין באזארגט מיט א שטעלע.
און מען האט גערעדט פון בנו הגדול מרן מהרנ"צ זי"ע, האט מרן מהר"ש געזאגט "איך בין ר' נפתל'טשע וואס איך בין דאס איז ר' נפתל'טשע". 
האט מען אנגעפאנגן צו רעדן וועגן די עתיד פון בנו הצעיר שליט"א, האט מהר"ש געזאגט ער האט א פלאן אז בנו הצ' שליט"א זאל פארן וואוינען אין בני ברק און דארטן מצליח זיין, האט אבער מהר"ש זי"ע געזאגט אז דער מוטער תחי' לרפו"ש, האט נישט קיין חשק צו דעם, איז געבליבן אן א "וואס ס'וועט זיין".

דאס איז "דעת מהר"ש"


דער אמת וועט זיגן!!!


 

האליגאנער » 26/9/2007 19:47

אן א אסיפה "מראשי הקהלה" אין הויז פון מרן מהר"ש זי"ע??? ווער נאך איז דארט געווען?

_________________

לאןאתההולך » 26/9/2007 20:04

דער בי"ד האט אראפגעשריבען אלעס וואס ר' שבתי האט געזאגט און איבערגעגבן,
ע"כ אז דו האסט עפעס מוסיף צו זיין, און די ווייסט אנדערש, גיי צו די דיינים, און געב איבער דיין עדות'שאפט, אבער אז דו וועסט דא זיצען און שרייבן, האקן און קלאפן, ווי די הושענות אויף דער ערד, וועט גארנישט ארויסקומען.
גיי צום בי"ד און דערצייל וואס דו האסט געהערט פון מרן מהר"ש זי"ע, אנדערש וואס הנגיד החסיד הר"ר שבתי שטורם הי"ו דערציילט.
 ‏‏‏
והכל על מקומו יבא בשלום

אדרבה העלף ארויס די מצב! פון וואס יעדער וויל שוין ארויסקריכן!
געב איבער דעם "דעת מהר"ש" וואס די האסט מקבל געווען בכבודו ובעצמו!

דער אמת וועט זיגן!!

kevoidoy » 26/9/2007 21:31

די מעשה קען נישט זיין אמת ווייל די ראש הישיבה האט דאך געזאגט ברבים אז ער האט כמה וכמה פעמים געהערט פין רב ז"ל אין ס'איז קלאהר געווען ביי אלעמען אז רצון קדשו איז אלעמאל געווען אז די רב שליט"א זאל איבערנעמען נאך די מהרנ"ץ ז"ל -

וויאזוי קען דעמאלס זיין אז די מהר"ש האט שוקל געווען עם צו שיקן קיין בני ברק?

אלא מאי אז ר' שבתי זאגט ליגנד!

_________________

לאןאתההולך » 26/9/2007 21:44

עס האט געדיוערט צוויי און האלב יאר, וואס דער ראש הישיבה הורוויץ האט זיך דערמאנט פון דעם "דעת מהר"ש",
פארוואס ביי די הכתרה פון גיסו, וואס ער איז דארט געווען, האט ער נישט געזאגט זיין "דעת מהר"ש", און ווי ער האט געזאגט ביי די אסיפה, אז עס אונז דער ענין געווען קלאר, יעדע פון די קינדער האבן געוואוסט דערפון,
איז פארוואס האט דער דיין טויבער נישט געזאגט דעם "דעת מהר"ש".
 
ווייל עס איז נישט געווען קיין "דעת מהר"ש"
ווייל עס איז נישט דא קיין
"דעת מהר"ש"
ווייל עס וועט נישט זיין קיין
"דעת מהר"ש"

רבי_חסידים » 26/9/2007 21:46

כבודו.

איז פארוואס גייט נישט דיין ראש ישיבה איבערגעבן זיין עדות אין בית דין? פין וואס האט ער מורא?

אין פארוואס גייט נישט יעקב ישראל מיט חיים יעקל אדער גאלדבערגער איבערגעבן די קלאהרע ווערטער וואס זיי אלע האבן געהערט "כמה וכמה פעמים" - פארן בית דין?

ווער צו גייט אין בית דין  - ער פארשטייסטו איז דער ליגענער!
אבער ווער צו באהאלט זיך אויס אינדערהיים אין שיסט פין א לעכל מ'זאל עם נישט זעהן - ער איז דער וואס זאגט אמת! אה?

טראכט נישט צופיל אריין אין מיין קשיא ווייל אפשר וועסטו נאך האבן ספיקות.........

_________________

promonade » 26/9/2007 21:50


אינטערעסאנט, ר' שבתי האט נישא קיין פראבלעם צו זאגן זיין ווערסיא פאר בי"ד, אין דיין ראש ישיבה און דיין קענען נישט זאגען זייער ווערסיא פאר בי"ד, ווער איז די ליגנער? ווער האט זיך סותר געווען אין די זעלבע נאכט איינער מיט'ן צווייטן?


נאכאמאהל: דעת מהר"ש איז:

1.   וואס איך בין דאס איז ר' נפתל'טשע. 
2.   אז בנו הצ' שליט"א זאל פארן וואוינען אין בני ברק און דארטן מצליח זיין.
 


sim » 26/9/2007 21:56

דער דיין ר' חי''ט האט דאך קלאר געזאגט ביי די אסיפה אז מיר האבן קיינמאהל נישט געהערט פין  שווער וואס וועט זיין
אין מיר ווייסן נישט וואס ער האט געוואלט
אלא מאי ברוך אברהם זאגט ליגנט מן הסתם ההאט ער געהאט פרעשאר
בדרך אגב ווען לייביש לאנדא האט גענימען די מהר''ש זצ''ל צי פלארינדא אין געפרעגט צי מהר''ש אויב רב''צ זאל איבער נעמען לא רצה להיישיב אויב עס איז געוועהן אזוי קלאר למה לא רצה להיישיב ?
אלא מאי ברוך אברהם איז א שקרן

האליגאגער » 26/9/2007 22:44

קען זיין ביסט גערעכט די רטש הישיבה זאגט נישט אמת אבער ווער זאגט אז ר' שבתי שטורם זאגט....

רבי_חסידים » 26/9/2007 23:35

איי איי איי האליגאנער - די תירוץ איז דאך אזוי פשוט - קוק נאר ווי די ביסט בלינד

ברוך אברהם איז אפגעפרעגט - איז ער א בחזקת ליגענער
שבתי איז נישט אפגעפרעגט - איז ער בחזקת אומר דברי אמת.

so simpel

_________________

סימר » 28/9/2007 00:24

רמ"ד רב בעיר הק' ירושלים

לפני בערך 4 שנים רצו למנות אנשי ביתו של מהרנ"צ את מורינו רמ"ד לרב בירושלים וזה לא היה בסוד וקראו למנהלי ירושלים לארה"ב, ואספו חתימות בירושלים כידוע לכל באמרם שר' מ ד מתאים להיות רב בעיר ירושלים לאחר מאה ועשרים שנה,של רבינו מהרנ"צ זצ"ל, כי פה יורש הכל רב"צ, הדברים ידועים לכולם וגם עלו בבית דין אין שום סודות, חוץ מר' שבתי יש עוד איזה זקן ששמע מהרה"צ מדעעש זצ"ל על רצון קדשו של מהר"ש ואולי רב"צ יהיה רב מאנטריאול כי שם יש עתיד גדול לבאבוב,

אבל מה לעשות שמרן הרב"צ שליט"א הוא האדמו"ר מבאבוב יושב היום ברומו של עולם עם אלפי חסידים בכל העולם ומולך על כל חצר באבוב עד ביאת גוא"צ

בית_צדיקים » 28/9/2007 11:59


ס'איזמירזייערזייערשווערצוגלייבעןאזדיהייליגערפריעדיגעררבז"להאטזיךאזויאויסגעדריקט.

הגהבעצמך,

יעקבישראלמייזלישאאיידעם(נישאקינד)ערוועטזייןדעררבאוןדערפירעראוןדערמנהיג פוןקריתבאבוב(דישטעטלוואסדיפריעדיגערבז"להאטזיךאויסגעדריקטאסאךרגשיאהבה)אוןזייןקינדעטזייןארבפוןקרובצוזעכציגזיבעציגיונגעלייטאוןשטאטבניברק.
דערפריעדיגערבהאטאזוישטארקגעוואלטטשעפענעןזייןקינד,עדכדיכך,סמירשווערצומקבלזיין.

נישאזאיךגלייבנישטר'שבתישטארם,נאראיךגלייבנישדערממציאפוןדעםדאאויפעןהיידפארק.
אוןוויאזויאיזדערקביעותדיגערווערטעלפונעםצווייטעןזייט:דאאויןהיידפארקהאטרמ"דשויןפוןלאנגגעווינען...

תוקן על ידי בית_צדיקים ב- 28/09/2007 12:00:05

promonade » 30/9/2007 22:23

זיי נישט קיין בטלן און גיי פרעג ר' שבתי אליין.

shulemberg » 9/10/2007 15:31

אפאר קאשעס
1. באשליסטס ווי האט רב"צ געדארפט זיין רב. 40'סטע גאס? מאנסי? אדער בני ברק? ווייל יעדער איינער ביי ענק איז זיך סותר, אין ע"פ תורה"ק אזא עדות איז בטל ומבוטל, יעדעס קינד ווייסט דאס.
2. וואס האט גענומען 2.5 יאר דעם שטורם דאס אויסצובאקן, ווי איז ער געווען ביז יעצט, פארוואס האט בי"ד נישט גובה געווען זיין עדות ווען מען האט גובה געווען די אנדערע עדות'ן?

לאןאתההולך » 9/10/2007 18:19


הרה"ח הנגיד ר' שבתי הי"ו האט נישט געדארפט איבערצוגעבן א עדות'שאפט, דעריבער האט ער נישט געדארפט גיין צום בי"ד,
אבער ווען דער בי"ד האט גערעדט צו אים, האט ער דערציילט וועגן די אסיפה בבית נאוה קודש מרן הק' מהר"ש זי"ע. וואס בי"ד וועט טוען מיט זיין סיפור, ווענט זיך אין זיי,

דאס איז זיכער אז מרן המהר"ש זי"ע האט געזוכט עצות "וואס וועט זיין שפעטער" דעריבער איז געווען פארשידענע הצעות. 40?, מאנסי?, בני ברק?,

 

_________________

האליגאנער » 9/10/2007 18:36

פארוואס האט ער נישט געדארפט?? אם לא יגיד ונשא עוונו!!!

_________________

shulemberg » 9/10/2007 18:40

אפשר ביסטו מסביר פארוואס דארף ער נישט איבער געבן זיין עדות?
בית דין איז סתם עפעס אזוי ארויף משועסן מיט עם פאר יום טוב!
די האלסט אז בית דין זיכט מיט וועמען צו שמועסן, און האט נישט געטראפן בעסערס וואס צו טוען, און פונקט צו שבתי שטורם, און פונקט גובה עדות צו זיין?
און וואס ביסטו אזוי זיכער, אז מען האט געזוכט עצות, ווייל מען האקט דיך אין קאפ אזוי!
בדרך אגב, ווער נאך איז געזעצן ביי יענער אסיפה, פארוואס האט מען קיינמאל נישט געהערט פון די אלע עצות, מאנסי, 40, בני ברק?????

לאןאתההולך » 9/10/2007 18:52

1- מרן מהר"ש זיע האט אים נישט געווארענט ביים לעבן איבערצוגעבן אן עדות'שאפט, עס קומט נישט דא אריין דער "אם לא יגיד...

2- בית דין איז געווען ביי אים נעמען זיין חתימה.

3-  אז דו האסט נישט געהערט, איז נישט קיין ראי', אוודאי האבן מענטשן געוואוסט אז דער מרן מהר"ש זי"ע האט געזוכט עצות.
 

_________________

GoBobov45 » 10/10/2007 14:27

קען זיין ביסט גערעכט די רטש הישיבה זאגט נישט אמת אבער ווער זאגט אז ר' שבתי שטורם זאגט

exactly....at least you admit to the shakronis of the holy rosh yeshiva

question: did the eidimer prepare together for the drashos or did they just babble to be mekayim the rotzon kodesh of the holy 48er Rebbe?!? 


האליגאנער » 10/10/2007 17:00

עם הארץ! אם לא יגיד גייט נאר אן ווען דער רב ז"ל וואלט עם אנגעזאגט דאס לעבן??? אם לא יגיד איז א מצוה כללית - אויב דו ווייסט מצדיק/מרשיע זיין א מענטש אין די"ת האסטו א חיוב - אפי' קיינער הייסט דיך נישט - ואם לא יגיד ונשא עוונו!


_________________

לאןאתההולך » 10/10/2007 17:22

מען איז קיינעם נישט מצדיק אדער מרשיע, עס איז א ערענסטע שאלה פון ירושה, איז אפילו ער וואלט עדות געזאגט, מיינט דאס גארנישט,
ביי אוועקנעמען ירושה מוז זיין במותב תלתא, ווי הגאון ר' פסח שליט"א האט שוין געזאגט,
מיט סתם מעשיותלעך קען מען א ירושה נישט אוועקנעמען! 

_________________

האליגאנער » 10/10/2007 17:29

הגאון ר' פסח שליט"א - איז נישט א חלק פון דער בי"ד ביי דעם די"ת - ער איז א נוגע בדבר - ווייל ער האט מקבל מרות געווען ביי ענק - און וואס ער זאגט לגבי דעם איז לא מעלה ולא מוריד. אויב ער וויל זאל ער אריין גיין זיך מתוכח זיין מיט די דיינים - נישט ווארפן קיין הלכות צו א עולם גולם'דיגע המון עם...

אונזערע דיינים האבן פארשטאנען און גובה עדות געווען - און ר' שבתי (אויב ער האט וואס צט זאגן) האט א חיוב צו קומען פארציילען.

_________________

GoBobov45 » 10/10/2007 17:46

hey hooliganer, i would have expected a reply - and a clever one too

האליגאנער » 10/10/2007 17:55

go45

גוט גע'ענטפערט...



_________________

לאןאתההולך » 10/10/2007 18:53

עס איז נישט דא קיין חיוב צו דערציילען מעשיות פאר א בי"ד, נאר אויב מען דארף איבערגעבען א שליחות,

_________________

האליגאנער » 10/10/2007 19:02

שטיות...

רוב הגדת עדיות בכלל ביי אלע דיני תורה זענען נישט קיין שליחות'ער - זיי זענען גלאטע מעשיות...

א שליחות דארף מען אויספירן - הגדת עדות דארף מען פארציילען

_________________

לאןאתההולך » 10/10/2007 19:17

ממש שטותים!

די אלע הגדת עדות, וואס אויף דעם האט מען געבויעט די הכתרה, האט בי"ד גערופן, קיינער איז נישט געקומען צום בי"ד, אומגערופן.

_________________

לאןאתההולך » 10/10/2007 19:20

ווען דארף דו שוין גיין? האסט נאך צייט צו שמועסן.
ITS A PLEASURE TO TALK TO YOU

_________________

האליגאנער » 10/10/2007 19:30

וואס - דו האסט שוין נישט קיין צייט?

_________________

לאןאתההולך » 10/10/2007 19:46

מען וועט מאכן צייט!
GO AHEAD

_________________