היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שרעקליך: קינד געקידנעפט אין קרית יואל

שרעקליך: קינד געקידנעפט אין קרית יואל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2285383

גוטזאגער » 26/9/2007 05:19

א פיר יעריג מיידל איז געקידנעפט געווארן דינסטאג נאכמיטאג, ביים אראפקומען פון א סקול באס אויף שינעוו.

דאס מיידל איז צוריקגעברענגט געווארן דורכ'ן גוי א שטיק צייט שפעטער, נאכן פאראורזאכן אן איבערקערעניש.

צום מזל איז די גאנצע געשיכטע אויפגעכאפט געווארן אויף סורוועילענס פון א לאקאלן איינוואוינער'ס קעמערעס, און דער גוי איז ארעסטירט געווארן.

ווער ס'האט מער דעטאלן ביטע שרייבן.

גאסט » 26/9/2007 05:37

די דערמאנסט מיך די קידנעפינג פון פינף יאר צוריק, וואו דער גאנצער שטעטל איז געווען אין א פאניק און צום סוף איז געווען לא דובים ולא יער.

גוטזאגער » 26/9/2007 05:47

און דו דערמאנסט מיך פון באבע שרה'ס קאץ.

ווילסט רעדן איבער דמיונות עפן אן עקסטערע אשכול.

פארלעסליך » 26/9/2007 17:31

אידישע וועלט נייעס:

אידישע נייעס

  • א פראבע צו פארכאפן א אידיש קינד אין די געגענט פון קרית יואל אין ניו יארק איז פארמיטן געווארן ווען פארבייגייער האבן אין אכט גענומען וואס פאסירט און האבן שנעל אלארמירט די פאליציי. דער פארברעכער, וועלכע האט באמערקט אין די טומל, איז אנטלאפן נאך איידער די פאליציי האבן עספיעט אים צו נעמען אונטער ארעסט. די פאליציי זוכט פאר א מאן וועלכע האט געפירט א רויטע Ford אויטאמאביל און איז געווען געקליידעט מיט א רויטן העמד און גרינע הויזן.


_________________

הכל שריר וקיים

פארלעסליך » 26/9/2007 17:32

וואס איז נייעס מעלדעט:
Orange County, Kiryas Joel, NY +Abduction Attempt+ New York State Police are investigating at attempted abduction at 5 Shinava Court and Van Buren Drive where a white male wearing a red T-shirt and green pants went into an apartment at the above location and attempted to grab a 4-year-old child. But when some people noticed it and approached him, he fled the scene in a red 2 door Ford vehicle, leaving the child unharmed.

_________________

הכל שריר וקיים