נודע לי פון קלויזנבורגער וואס שלאגן כפרות מיט די קל"ב שחיטה... אז בערך צעהן פראצענט זענען געוועהן שאלה'דיגע אויף די קישקעלעך און מהאט געהייסן איבער שלאגן מיט געלט.
סאיז דאך ממש שומו שמים
סאיז טאקע אזא גרויסער אינטערגאנג ביי די עופות?
צו ווייסט עמעצער פון דעהם פון אנדערע שחיטות?
מען האט געדארפט איבערמאכן מיט געלט, רחמנא לצלן? הייסט עס קל"ב איז שוין באלד אזוי שלעכט ווי פעטא!
ענדע צדיק
איך רעד נישט פון שלאגן, איך רעדט פון כשרות פון די טשיקנס. פרעג דיין שוחט צו ער טרעפט צעהן פראצענט טרפות?
טאמער נישט זענען מיר הערשט געשלאגן. א מעשה פינקל בהשגחת הרבנים רח"ל
מעשה פינקל בהשגחת הרבנים?
איך פארשטיי דיך נישט, אז מ'האט עס גיטראפין אין מודיע גיוועהן, איז דאך גיט?
אלא מאי די רעדסט אויף דעי עצם זאך אז ס'איז דא אזא גרויסע פראצענט פראבלעמין? ס'מאכט זיך אזעליכע תקיפות, איך גידענק נאך פין יארין צוריק אויך אזא תקופה.
מיין שאלה איז געוועהן צו נאך שוחטים ווייסן דערפון? איך רעדט פון די שלאכט הייזער.
בדרך כלל טענה'ן זיי אז סאיז א מיעוט שאינו מצוי דארף מען נישט בודק זיין. צעהן פראצענט איז אסאך מעהר ווי א מיעוט המצוי לכל הדעות.
זאת ועוד אחרת
ערב יוה"כ איז דא עטליכע פלעצער ווי מען שעכט און מען מאכט כשר אויפן פלאץ. האט מען דארט בודק געוועהן די קישקעלעך?
וואס גייט פאר מיט אונזער באקאנטען עבד עברי, האט אים עמיצער געפונען לעצטענ'ס? דארף מיין אריינמישען די פאליציי אין די זוכונגען? עס איז א גרויסע שאד פאר אלע אנשי שלומינו!!! מיר ווארטן אויף דיין צוריקקום, !!!WELLCOME BACK
זיכער נאכן טרעפען אזוי סך ווערט דאס א מצוי. אבער פארן בודק זיין האט דאס די אלטע חזקה.
וואס איז געווען די שאלה?
איך מיין אז די קר"י שחיטה איז יא בודק.